תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געטראפן אייערע שיעורים, און דאס האט מיר ממש געגעבן לעבן, און מיר געברענגט נענטער צום אייבערשטן. א גרויסן יישר כח.
דער ראש ישיבה רעדט אסאך פון נעגל וואסער, דאס איז באמת א זאך וואס וואלט געדארפט זיין פון זיך אליין אין יעדע אידיש הויז, למעשה דארף איך אבער חיזוק אויף דעם.
מיין מאן וואשט זיך נעגל וואסער יעדן טאג, איך אבער נישט. איך ווייס נישט פארוואס דאס קומט מיר אן אזוי שווער, ווען איך הער א שיעור וועגן דעם, מאכט דאס מיר צוגרייטן פאר א וואך, אבער דעמאלט פארגעס איך שוין ווייטער. אפשר קענט דער ראש ישיבה מיר געבן אן עצה ווי אזוי זיך צו שטארקן אין זיך וואשן נעגל וואסער יעדן אינדערפרי ביים בעט.
א גרויסן יישר כח.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, כ"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
וויסן זאלט איר אז נעגל וואסער איז א יסוד היסודות אין א אידישע שטוב; דאס ערשטע זאך וואס מען דארף טון ווען מען שטייט אויף אינדערפרי איז אפגיסן נעגל וואסער - דריי מאל יעדע האנט, איין מאל אויף די רעכטע האנט, נאכדעם אויף די לינקע האנט און צוריק אויף די רעכטע האנט וכו'.
דער הייליגער רבי ר' זושא פון האניפאלי זכותו יגן עלינו האט מקבל געווען פון זיין רבי דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו וואס ער האט דאס מקבל געווען פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו אז מען טאר נישט אראפטרעטן פון בעט בעפאר מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער, און ווער עס גייט אראפ פון בעט אן נעגל וואסער אויף אים איז געזאגט געווארן דעם פסוק (תהלים לו, ה): "יִתְיַצֵּב עַל דֶּרֶךְ לֹא טוֹב, רָע לֹא יִמְאָס", דאס שלעכטס וועט אים נאכלויפן א גאנצן טאג (אגרא דפרקא, אות ט).
דורכדעם וואס מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער נעמט מען אוועק פון זיך אלע קליפות וואס קומען ביינאכט אויפן מענטש בשעת מען שלאפט, אזוי ווי דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זאגט (זוהר פרשת וישב, קפד:): "בַּר נָשׁ עַד לָא יְקַדֵּשׁ יְדוֹי בְּצַפְרָא, אִקְרֵי טָמֵא כֵּיוָן דְּאִתְקַדַּשׁ אִקְרֵי טָהוֹר", פאר מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער איז מען טמא, און ווען מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער ווערט מען ריין און הייליג. און מען דארף זייער אכטונג געבן נישט אנצורירן דעם פנים פאר מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער, בפרט די אויגן, די אויערן, די נאז און די מויל.
זיכער דארף א אידישע מאמע וואס וויל אויפברענגען אן ערליכע שטוב זייער אכטונג געבן אויף דעם; סיי זיך אליינס אפגיסן נעגל וואסער און אויך די קינדער. קודם גיסט מען זיך אליין אפ די הענט און נאכדעם קען מען אפגיסן די קינדער, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (שם): "וּבְגִין כָּךְ לָא יִטּוֹל אֶלָּא מִן יְדָא דְּאִדְכֵּי בְּקַדְמֵיתָא, דִּכְתִיב (במדבר יט, יט): "וְהִזָּה הַטָּהוֹר עַל הַטָּמֵא, דָּא אִקְרֵי טָהוֹר, וְדָא אִקְרֵי טָמֵא", מען זאל זיך נישט אפגיסן דורך איינעם וואס האט זיך אליינס נאך נישט אפגעגאסן די הענט, ווייל איינער וואס איז טמא קען נישט מטהר זיין א צווייטן.
דער הייליגער רבי האט געזאגט, ער וויל מען זאל אים רופן מיט זיין מאמע'ס נאמען 'רבינו נחמן בן פיגא', ווייל זיין עיקר יראת שמים האט ער גענומען פון זיין מאמע. ווען דער רבי איז געבוירן האט זי גלייך אפגעגאסן דעם רבי'ן נעגל וואסער, אויך האט זי גענייט א קאפל בשעת זי האט געווארט דעם רבי'ן און זי האט אנגעטון דעם רבי'ן מיט א קאפל גלייך ווען דער רבי איז געבוירן; זעט מען פון דעם ווי שטארק דער רבי'ס מאמע האט מקפיד געווען אפצוגיסן נעגל וואסער פאר אירע קינדער.
בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט נישט פארגעסן אנצוגרייטן נעגל וואסער: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל ליינען קריאת שמע פאר איך גיי שלאפן, העלף מיר איך זאל זיך אנגרייטן נעגל וואסער, אזוי וועל איך זיין אן ערליכער איד", אז איר וועט בעטן אויף דעם וועט אייך דער אייבערשטער העלפן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.