שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען איך זיך טרייסטן אויף די בחור'ישע יארן וואס זענען פארפאלן?
חסידות ברסלב, בחור, ישיבה, סדר דרך הלימוד, סיפוק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין שוין היינט קרוב צו די פערציג יאר, זייט די ישיבה יארן האב איך גארנישט געלערנט, ביז יעצט ווען איך בין אנגעקומען צו די שיעורים און געוואויר געווארן פון סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, האב איך אנגעהויבן ווידער לערנען די הייליגע תורה.


ווען עס קומט מיר אויס צו לערנען די גמרות וואס איך האב געלערנט אין ישיבה, למשל יעצט ווען מ'לערנט מסכת שבת, קומט מיר ארויף אלטע זכרונות פון וואס איך האב געלערנט אין ישיבה, אסאך מאל איז די לשון הגמרא מיר ממש איינגעקריצט אין מח פןו אלס בחור.


איך טראכט יעצט אז ס'איז אזא שאד אז איך האבן נישט געוואוסט פונעם דרך הלימוד אלס בחור, דעמאלט וואלט איך זיך געקענט אנפילן מיט אזויפיל תורה, איך האב ממש פארפאטשקעט מיינע יונגע יארן. היינט קלעבט זיך מיר נישט אן די לשונות פון די משניות און די גמרא וואס איך לערן יעצט.


אין די בחור'ישע יארן וואלט איך ווען געקענט קענען כל התורה כולה, אנשטאט די פאר בלעטער גמרא וואס מ'האט דעמאלט געלערנט. ווי אזוי קען איך זיך מחזק זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די שאד איז נישט נאר פאר דיר, די שאד איז פאר אלעמען; א שאד פאר אלע בחורים וואס גייען ארויס לתרבות רעה ווייל זיי האלטן נישט מיט די לימודים אין ישיבה. זיי האבן נישט קיין סיפוק אין זייער לעבן דערפאר זוכן זיי נארישקייטן, ביז זיי פאלן אוועק. ווען זיי וואלטן ווען געוואוסט פונעם סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) וואלט קיינער נישט ארויס לתרבות רעה, יעדער וואלט געלערנט, יעדער וואלט געהאט חיות פון די הייליגע תורה און געלעבט מיט'ן אייבערשטן.


גלייב מיר, מען קען ראטעווען דעם גאנצן דור, עס איז דא א וועג צו ראטעווען די גאנצע יוגנט, וואס זאל מען אבער טון אז דער שטן שטעלט זיך אויף די לענג און אויף די ברייט דאס צו שטערן; ער שטעלט אויף פאלשע מנהיגים וואס רעדן אפ די בני הנעורים זיי זאלן נישט פאלגן דעם רבי'ן און נישט לערנען אויפ'ן רבינ'ס סדר דרך הלימוד. וואס זאלן טון די אלע וואס זענען נישט מצליח אין לערנען? וואס זאלן טון די אלע וואס זענען נישט זוכה צו פארשטיין לערנען? - זאלן זיי אינגאנצן אפלאזן די תורה?!


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קהלת רבה ז, כח): "אֶלֶף בְּנֵי אָדָם נִכְנָסִין לַמִּקְרָא ... יוֹצֵא מֵהֶם אֶחָד לְהוֹרָאָה", פון טויזנט תלמידים קומט ארויס איין תלמיד וואס איז מצליח; וואס זאלן טון די אלע ניין הונדערט ניין און ניינציג תלמידים וואס זיי זענען נישט מצליח - זאלן זיי נישט לערנען? זאלן זיי אפלאזן די הייליגע תורה?! וואלט מען זיי געוויזן א וועג ווי אזוי זיי קענען אויך מצליח זיין, א וועג ווי אזוי זיי קענען לערנען די הייליגע תורה - וואלט יעדער פון זיי זוכה געווען צו זיין באהאפטן צום הייליגן באשעפער.


א שאד אויף די ישיבות וואס זענען נאך עד היום פאר'עקשנ'ט נישט אריין צו לאזן דעם רבי'ן; זיי צערייסן דעם רבינ'ס ספרים, זיי לאזן נישט בחורים שעפן חיות פון רבינ'ס וועג. אנשטאט די בחורים זאלן זיין פארנומען מיט'ן טעלעפאן, אנשטאט זיי זאלן זיין פארנומען מיט קוקן מאווי"ס וואלטן זיי געקענט לערנען אן א שיעור פרקים משניות און בלעטער גמרא. ווען א בחור הייבט אן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, ער מאכט זיך שיעורים בכל התורה כולה; ער מאכט זיך א שיעור אין משניות - לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות, אין אנהייב זאגט ער די ווערטער אן פארשטיין, פון דעם אליינס באקומט ער אזא חיות אז ער דארף מער גארנישט, ער זוכט נישט קיין מיסט, ער זוכט נישט קיין עבירות, די תורה - די ווערטער פון די תורה זעטיגט אים.


דער הייליגער רבי נתן האט דערציילט, ווען מען האט געזאגט אויפ'ן רבי'ן אז דער רבי איז פון די ביטערע כת רחמנא לצלן האט דער רבי זייער געוויינט: "ווי קען מען אויסטראכטן אויף מיר אזעלכע שקרים וכו' וכו'?" רבי נתן האט נישט פארשטאנען פארוואס דער רבי וויינט אזוי, 'וואס דארף אנגיין פאר'ן רבי'ן וואס יענער רעדט אויפ'ן רבי'ן? האט ער געזאגט! איז וואס?!' אבער שפעטער ווען רבי נתן האט געהאט אויסצושטיין זיין מחלוקת האט ער געזאגט: "איך פארשטיי שוין פארוואס דער רבי האט געוויינט; עס איז נישט אגעגאנגען פאר'ן רבי'ן אז יענער רעדט אויף אים, עס האט וויי געטון פאר'ן רבי'ן אז מענטשן וועלן נישט קענען מקורב ווערן, ווייל דער זקן זאגט אויף אים אזא לשון הרע"; דער רבי האט א כח צו ראטעווען דעם גאנצן דור. ווען נישט די לשון הרע'ס וואס מען הערט נישט אויף רעדן אויפ'ן הייליגן רבי'ן, ווען נישט די וואס שטערן און מאכן חוזק - וואלט מען געקענט ראטעווען דעם גאנצן דור.


מוהרא"ש האט מייסד געווען ישיבות אין אמעריקא און אין ארץ ישראל וואו מען לערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן; די ישיבות זענען געבויט אויף די שיחה פון הייליגן רבי'ן וואס ער האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל - וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל דאס לערנען אליינס איז גרעסער פון אלעם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה יט.) אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד - לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל לערנט מען דאך זייער אסאך, דורכדעם איז מען זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט.


דער הייליגער רבי נתן זאגט: (שם) דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין, ווייל ווען מען לערנט אויף דעם וועג איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, זייער אסאך מענטשן לאזן אפ דאס לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן גלייך געוואלט פארשטיין. ווען מען לערנט שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, איז מען זוכה צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה דורכצולערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה (שיחות הר"ן, סימן כח), עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.