תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א פרוי וואס איז זיך מחי' מיט די שיעורים, עס געבט מיר פיל חיזוק אין לעבן.
מיינע טעכטער זענען ב"ה זייער וואויל, זיי פאלגן, זיי העלפן מיט די שטוב ארבעט מיט א געוואלדיגע געטריישאפט, און איך דאנק דעם אייבערשטן דערפאר. עס איז אבער דא איין זאך וואס באדערט מיר זייער, איך בין אויפגעוואקסן אין א היימישע שטוב, און ביי אונז האבן די מיידלעך אלעמאל געדאווענט פרייטאג צו נאכטס און שבת אינדערפרי, דער גאנצער שבת האט זיך געדרייט אויפ'ן דאווענען, מיט א געשמאק און א חיות. ווי אויך האבן מיר יעדן אינדערפרי געזאגט ברכות. פאר מיינע טעכטער פאלט אבער בכלל נישט איין צו דאווענען, אפילו אין דער וואכן, זיי ווייסן אז פרויען זענען פטור פון דאווענען און שוין.
איך ווייס נישט אויב ס'פעלט זיי יראת שמים, אדער ווייסן זיי פשוט נישט ווי אזוי זיך צו פירן, אדער אפשר בין איך דער וואס ווייסט נישט ריכטיג, אפשר דארפן זיי טאקע גארנישט דאווענען.
אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר זאגן ווי אזוי איך דארף צו באהאנדלען די זאך.
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
אמאל אז געווען א אידענע וואס איז געקומען צום רב מיט אן ענליכע בקשה וואס איר האט, זי האט זיך באקלאגט אז זי ווייסט נישט פארוואס ביי איר איז אנדערש ווי ביי איר מאמע, ביי איר מאמע עליה השלום פלעגט שטענדיג וואקסן אין גארטן אונטערן שטוב טאמאטעס, איגערקעס, פאפריקע וכו', עס איז געווען אזוי געשמאק; ווען מען איז אויפגעשטאנען אינדערפרי פלעגט מען גיין ארויס נעמען פרישע גרינס, מען פלעגט זיך ממש דערקוויקן, ביי מיר - וויינט די פרוי - וואקסט נישט קיין שום גרינס; זי האט געוויינט און געבעטן אן עצה. האט דער רב איר געענטפערט מיט א שמייכל: "אייער מאמע עליה השלום פלעגט פלאנצן, זי האט געאקערט, געזייט און באוואסערט, איז נאכדעם ארויסגעקומען פיינע גרינס, אז איר ווילט האבן פיינע גרינס זאלט איר זיך באפלייסן מיט'ן פלאנצן וכו' וועט ביי אייך אויך וואקסן".
דאס זעלבע זאג איך אייך, קינדער וואקסן נישט פון זיך אליין, מען דארף אסאך הארעווען צו זען שיינע פירות. אזוי ווי ווען מען פלאנצט איז דא ווייכע ערד און הארטע ערד, אזוי איז מיט קינדער. יעדעס קינד איז א באזונדערע וועלט פאר זיך, ביי איינעם זעט מען שנעלער די פירות און ביי א צווייטן נעמט דאס אביסל לענגער, אבער דאס איז זיכער, אז מען אקערט און מען פלאנצט זעט מען שיינע פירות.
קינדער דאווענען נישט פון זיך אליין, מען דארף זיי זאגן איין מאל און א צווייטע מאל און א דריטע מאל, טויזנט מאל איז ווייניג געזאגט - ביז זיי הייבן אן דאווענען פון זיך. אייער מאמע האט אין אייך אריין געלייגט א גוטע חינוך, זי האט אייך מחנך געווען צום דאווענען, דאס דארפט איר נאכמאכן; איר דארפט רעדן מיט די קינדער, זיי זאגן: "יעצט דארף מען דאווענען"; די קינדער וועלן מן הסתם נישט הערן ווי איר רעדט צו זיי, זיי וועלן זיין פארנומען מיט זייערע זאכן; איינער מיט ליינען, א צווייטער מיט שפילן, אזוי ווי די געזונטע נאטור ביי קינדער איז, אז זיי הערן נישט, זאלט איר דאס נאכאמאל זאגן, מיט אביסל א העכערע קול, ביז זיי וועלן זען אז מען דארף פאלגן און זיי וועלן דאווענען.
עס איז בכלל נישט קיין שאלה צו מיידלעך דארפן דאווענען, אודאי דארפן מיידלעך דאווענען, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כ:): "וְחַיָּבִין בִּתְפִלָה", פרויען זענען מחויב צו דאווענען; און אז זיי ווילן נישט דאווענען דארפט איר נישט ווערן פארלוירן, נאר זיי זאגן נאכאמאל און נאכאמאל ביז זיי וועלן דאווענען און אויסוואקסן ערליכע אידן.
ווען איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן מיט די הענט אויפ'ן פנים, איר זאלט נישט שוינען קיין טרערן; בעטס:
"הייליגער באשעפער איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, פאר מיין מאן, פאר מיינע קינדער און פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיר.
הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קינדער צדיקים, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן דיר דינען, קינדער וואס וועלן לערנען און דאווענען און זיך פירן מיט יראת שמים; טאטע זיסער לייג אריין א זיסע טעם אין מיינע קינדער זיי זאלן ליב האבן צו דאווענען, זיי זאלן ליב האבן דעם סידור, זיי זאלן שפירן ווי דער סידור איז זייער לעבן, וואס זיי דארפן אין לעבן זאלן זיי נאר בעטן פון דיר.
נעם אן מיין געבעט בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן אוועק געגעבן זייער לעבן פאר דיין כבוד וועגן, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְיָ צוּרִי וְגֹאֲלִי".
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.