שאלה אין קורצן ענין
#1 - פון ווען און ביז ווען, קען מען זאגן תיקון חצות?
לימוד התורה, שלאפן, סדר דרך הלימוד, סדר היום, תיקון חצות, קריאת שמע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים וואס געבט מיר חיזוק אויף בין הזמנים.


איך האב געוואלט פרעגן וועגן תיקון חצות; עס איז מיר שווער אויפצושטיין חצות, פון ווען און ביז ווען קען מען זאגן תיקון חצות?


איך וועל זיך פרייען אויף אן ענטפער. דער אייבערשטער זאל העלפן דער ראש ישיבה זאל האבן הצלחה אין אלע ענינים.


מיט פיל הכרת הטוב, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ו' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט מען זאל זיך צוגעוואוינען זאגן תיקון חצות אינאיינעם מיט קריאת שמע שעל המיטה, אפילו עס איז נאכנישט חצות, ווייל רוב מאל גייט מען שלאפן נאך חצות.


שטארק זיך בעבודת השם יתברך, שטארק זיך מיט לימוד התורה. דער רבי האט אונז געגעבן א וועג צו לערנען, אפילו מען איז נאכנישט זוכה צו פארשטיין זאל מען זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. דער הייליגער זוהר זאגט (קדושים פה:): "וּמַאן דְּתִיאוּבְתֵּיה לְמִלְעֵי בְּאוֹרַיְיתָא", ווער עס וויל לערנען די הייליגע תורה, "וְלָא אַשְׁכַּח מַאן דְּיוֹלִיף לֵיהּ", און ער האט נישט ווער עס זאל אים אויסלערנען און געבן צו פארשטיין וואס ער לערנט, "וְהוּא בִּרְחִימוּתָא דְּאוֹרַיְיתָא, לָעֵי בָּהּ, וּמְגַּמְגֵּם בָּהּ בְּגִמְגוּמָא דְּלָא יָדַע", אבער וויבאלד ער האט ליב צו לערנען, לערנט ער אן פארשטיין, "כָּל מִלָּה וּמִלָּה סַלְּקָא", זאל ער וויסן אז יעדעס ווארט תורה וואס ער לערנט אן פארשטיין גייט ארויף אויבן אין הימל, "וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא חַדֵּי בְּהַהִיא מִלָּה", און דער אייבערשטער פרייט זיך מיט דעם. "וְקַבִּיל לָהּ", דער אייבערשטער נעמט די ווערטער, "וְנָטַע לָהּ סָחֲרָנֵיהּ דְּהַהוּא נַחֲלָא", און ער פלאנצט איין די ווערטער אויבן אין הימל ארום א טייך, "וְאִתְעָבִידוּ מֵאִלֵּין מִלִּין אִילָנִין רַבְרְבִין" און עס ווערט פון די ווערטער גרויסע ביימער, "וְאִקְרוּן עַרְבֵי נַחַל", וואס מען רופט זיי אן 'ערבות', "הֲדָא הוּא דִכְתִיב (משלי ה, יט): 'בְּאַהֲבָתָהּ תִּשְׁגֶּה תָמִיד'"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צוצוקומען צו פארשטיין דאס לערנען (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן עד).



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.