שאלה אין קורצן ענין
#1 - זאל מען איבערגעבן די סעודות שבת פאר די עלטערן?
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם, הכנסת אורחים, סיפורי צדיקים, שווער און שוויגער, שבת טיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פרוביר צו הערן יעדע שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א, און זיך פירן לויט די הדרכות וואס איך הער, און דאס געבט מיר לעבן און עצות אויף טריט און שריט.


מיין שווער קומט צו מיר אויף דעם שבת, געווענליך פיר איך זיך אז ווען ער קומט צו מיר אויף שבת געב איך אים איבער צו פירן די שבת'דיגע סעודות, אבער יעצט האב איך געהערט א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א אז מ'קען ארייננעמען געסט, אבער נאר ווי לאנג דער בעל הבית פירט די סעודה, נישט ווען די געסט נעמען איבער דעם טיש, איז מיין שאלה אויב דאס גייט אויך ביי עלטערן.


די שאלה איז אויף אלע דעטאלן, אויב זיי צו זעצן אויבן אן, זיי זאלן מאכן קידוש, און אזוי ווייטער מיט אלע כיבודים, און די וויכטיגסטע פון אלעס איז אויב זיי צו לאזן פירן די שמועסן ביים טיש. פארשטייט זיך אז איך רעד פון ערליכע וואוילע אידן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות-מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען עלטערן קומען צו די קינדער אין שטוב - געבט מען זיי אלעס איבער; מען געבט זיי די גאנצע כבוד, די חשוב'סטע פלאץ, די חשוב'סטע שטוב, די חשוב'סטע בעט און אזוי ווייטער.


ביים טיש ביי די סעודות שבת זעצט מען דעם טאטן אדער שווער ביים אויבן אן, זיי מאכן צום ערשט קידוש, און ביי די משפחות וואס נאר דער ראש המשפחה מאכט קידוש געבט מען דאס איבער פאר די טאטע אדער שווער, זיי פירן די סעודה.


דאס וואס מיר האבן גערעדט אז מען זאל אכטונג געבן נישט איבערצוגעבן די סעודה פאר געסט - רעדט מען נישט פון עלטערן, מען רעדט ווען מען נעמט געסט עמי הארצים וואס מאכן פון די שבת'דיגע סעודה א מושב לצים, עס גייט אוועק די גאנצע יראת שמים - פון דעם דארף מען אכטונג געבן און זען עס זאל בלייבן א צורה פון א שבת סעודה, זינגען זמירות, רעדן שיינע זאכן מיט יראת שמים און שמחה וכו'.


מען דארף געדענקען אז די סעודות שבת איז זייער א הייליגע זאך, דער הייליגער זוהר דערציילט (יתרו, פד.): "רַבִּי אַבָּא כַּד הֲוָה יָתִיב בִּסְעוּדָתָא דְשַׁבְּתָא הֲוָה חַדֵּי בְכָל חַד וְחַד", דער הייליגער רבי אבא ווען ער פלעגט מאכן די שבת'דיגע סעודה איז ער געווען זייער פרייליך, "רַבִּי שִׁמְעוֹן כַּד הֲוָה אָתֵי לִסְעוּדָתָא", דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי ווען ער איז געקומען צו די סעודה, "הֲוָה אָמַר הָכִי", האט ער געזאגט אזוי: "אַתְקִינוּ סְעוּדָתָא דִמְהֵימְנוּתָא עִלָּאָה", לאמיר מאכן די הייליגע סעודה וואס ברענגט אמונה, "אַתְקִינוּ סְעוּדָתֵיהּ דְּמַלְכָּא", לאמיר מאכן א סעודה פאר'ן אייבערשטן, "וַהֲוָה יָתִיב וְחַדֵּי", ער איז געזיצן פרייליכערהייט ביי די סעודה; קוק אריין די שטיקל זוהר וואס מען פירט זיך צו זאגן ביי די סעודה, וואו עס ווערט דערציילט דאס גרויסקייט פון די דריי סעודות שבת, ווי אזוי די הייליגע צדיקים פלעגן עסן די שבת'דיגע סעודות; זיי זענען געזיצן ביי די סעודות מיט א מורא'דיגע פרייד, ווייל די סעודות שבת איז משפיע אמונה פאר זיך, פאר די שטוב און פאר די קינדער.


דאס וואס מיר האבן גערעדט ביים שיעור, דאס מיינט מען וואס דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן, ווען ער איז געקומען דערציילן פאר'ן רבי'ן וואס עס האט זיך אפגעשפילט ביי אים אין שטוב דעם פארגאנגענעם שבת. רבי נתן פלעגט כסדר אהיימברענגען געסט פון בית המדרש צו קומען עסן ביי אים, ביז איין וואך האט ער געהאט א מעשה מיט זיין זון, דער זון האט נישט געוואלט מיטהאלטן די סעודה ווייל ער האט נישט געוואלט זיצן נעבן דעם גאסט וואס רבי נתן האט אהיים געברענגט, דער גאסט איז געווען א נאכגעלאזטער, עס איז געגאנגען פון אים א שלעכטע גערוך וכו', רבי נתן האט געגעבן א פאטש פאר זיין ער זאל פאלגן און אריינקומען צו די סעודה. ווען דער רבי האט געהערט די מעשה פון רבי נתן האט ער אים געזאגט: "קודם כל וויל איך אז פון היינט און ווייטער זאלסטו אהיים ברענגען נאר געסט וואס דו וועסט קענען שמועסן מיט זיי אין עבודת השם יתברך, געסט וואס וועלן אויסהערן דיינע חיזוקים", און דער רבי האט אים געזאגט נאך א ווארט: "א קינד שלאגט מען?!" פון דעם דיבור איז שוין געבליבן אנגענומען ביי אנשי שלומינו אז מען שלאגט נישט קיין קינדער.


זעט מען פון דעם אז דער רבי האט געוואלט מיר זאלן עוסק זיין אין די מצוה פון הכנסת אורחים, מיר זאלן ארייננעמען געסט, אבער נאר געסט וואס וועלן אויסהערן און זיך מחי' זיין מיט די עצות און חיזוק, נישט וואס שטערן א שבת סעודה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.