תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב גערעדט מיט מיין חבר אז איך האב נישט קיין געלט צו צאלן דירה געלט, און ער האט מיר געזאגט אז דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז די ערשטע זאך דארף מען צאלן רענט פאר די דירה, און אויב מען האט נישט דאס געלט זאל מען בארגן פאר דעם; איך האב אים געזאגט אז דער ראש ישיבה שליט"א זאגט טאקע אז רענט איז די ערשטע זאך, איך האב אבער נישט געהערט אז מען זאל בארגן געלט פאר דעם.
האב איך געוואלט פרעגן וואס דער אמת איז טאקע, און דערווייל געב איך אכטונג אויף יעדע פרוטה, און איך וויסן אויב איך זאל בארגן געלט פאר דעם.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ה' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אמת, רענט דארף מען גלייך באצאלן, מוהרא"ש זאגט אז רענט קומט די ערשטע; רענט קומט פאר עסן, ווייל עסן קען מען גיין צו שמחות, מען קען אהיים נעמען פון בית המדרש וכו', אבער אז מען צאלט נישט רענט - וועט מען נישט האבן קיין דאך אויפן קאפ, מען וועט בלייבן אן א דירה.
אבער חס ושלום צו בארגן געלט, חובות איז א גרויסע סכנה, מען דארף זיך זייער היטן פון חובות. דער רבי זאגט (ספר המדות אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון, ווער עס וויל זיין אן ערליכער איד - זאל זיך היטן פון זיין א בעל חוב; חס ושלום בארגן געלט, בארגן געלט איז א גרויסע סכנה.
על כן בעט איך דיר, זאלסט נעמען אן ארבעט אפילו עס פאסט נישט וכו', און אז דו קענסט נישט דעקן דיינע הוצאות זאלסטו גיין קלייבן געלט. על פי הלכה, אויב מען האט נישט קיין געלט - מעג מען נעמען פון צדקה, אויך קענסטו עוסק זיין אין פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות. נעם א זעקל ספרים, קונטרסים וכו', און טייל דאס אויס ביי די הייזער; מענטשן וועלן דיך באווארפן מיט גרויס געלט, מענטשן ווארטן אויף די ספרים, מענטשן דארפן אסאך חיזוק; אזוי וועסטו האבן גרויס שפע.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.