תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך וויל זיך באדאנקען פאר אלע חיזוק פון דער ראש ישיבה שליט"א, עס לייכט אויף אונזער לעבן.
קוים וואס איך קען קומען צום ווארט, איך בין דערציטערט און צושוידערט איבער די אנטוויקלונגען וואס שפילן זיך אפ פאר אונזערע אויגן די לעצטע צייט מיט שרעקליכע טראגעדיעס אין כלל ישראל.
מען זאגט אז די רבנים וואס מאכן אוועק טעראפי האבן א גרויסע אחריות, ווייל צוליב זיי גייט מען נישט צו טעראפי, און זיי זענען שולדיג אויף די הויכע ראטע פון זעלבסטמארד רחמנא ליצלן, אויך האט זיך לעצטנס געעפענט אן ארגאניזאציע וואס זייער מאטיוו איז אז יעדער וואס שפירט אז ער גייט דורך א שוועריקייט און זוכט גייסטישע הילף קען זיך צו זיי מעלדן.
איך ציטער אז דאס גייט ווערן די נייע נארמאל, יעדער וואס דאכט זיך אים אז ער האט א שוועריקייט גייט זיך ווענדן צו טעראפיסטן, עס עקזיסטירט מער נישט קיין טאטע, מאמע, רב, דיין, רבי, חברים, אלעס וועט ווערן טעראפיסט, טעראפיסט. נישטא קיין תורה, קיין באשעפער, קיין חיזוק ספרים, הימל און ערד און טעראפי. יעדע ריר פון א איד וועט ווערן דיקטירט דורך פשוט'ע אידישע אדער גוי'אישע טעראפיסטן, שלא קרא ולא שנה? געוואלד און געשריגן, וואס וועט זיין מיט אונז? מיט אונזערע קינדער? מיט אונזערע דורות? עס איז אויס וועלט, אפשר דאס האבן די חכמים געמיינט מיט'ן ייתי ולא אחמיניה?
איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען בארואיגן אביסל, און ווייזן אביסל ליכטיגקייט אין די פינסטערע מצב.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ד' פרשת פקודי, כ"ו אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אז עס באדערט דיר די שווערע נסיונות פונעם דור, דו קענסט נישט אויסהאלטן וואס גייט פאר - זאלסטו העלפן פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים, דעם רבי'נס שכל - פאר די וועלט. ווייל דער רבי לערנט אונז מיר זאלן האבן אמונה אינעם אייבערשטן, לעבן מיטן אייבערשטן, און דאס איז די עצה צו קענען אריבערטראגן שווערע ביטערע פיין. ווייל א מענטש מיט אמונה - איז אים לייכט אריבער צו גיין זיינע יסורים, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קצד): "אַחַר כָּל הַיִּסּוּרִים, אַף עַל פִּי כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מֵטִיב עִמָּנוּ", נאך אלע יסורים וואס גייט אריבער אויפן מענטש - געבט דער אייבערשטער אויך אסאך גוטע זאכן, "רַק שֶׁאֵין אָנוּ רוֹצִים לְהַקְטִין אֶת הַיִּסּוּרִים", נאר דער מענטש אליינס וויל זיך נישט גרינגער מאכן מיטן אויפזוכן דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים. אפילו מען גייט אריבער באמת שווערע ביטערע יסורים, "אֲבָל נֶגֶד דְּבֵקוּת אֶחָד לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַה שֶּׁזּוֹכִין לְאֵיזֶה בְּחִינָה שֶׁל דְּבֵקוּת בְּמַחֲשָׁבָה אוֹ בִּבְחִינָה אַחֶרֶת", אבער ווען דער מענטש ווערט נענטער דורכדעם צום אייבערשטן, ער הויבט אן לעבן מיטן אייבערשטן - "כָּל הַיִּסּוּרִים אֵינָם כְּלוּם נֶגֶד זֶה", איז אלע יסורים גארנישט אנטקעגן דעם, "וְעַל יָדָם בְּעַצְמָם מִתְקָרְבִים וּמִתְדַּבְּקִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", ווייל דורכדעם ווערט א מענטש נענטער צום אייבערשטן. "כִּי נוֹטְלִין מִמֶּנִּי הַבְּרִיאוּת גּוּפִי, מִי נוֹטֵל מִמֶּנִּי הַבְּרִיאוּת, הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, אִם כֵּן אֲנִי נִדְבָּק בּוֹ יִתְבָּרַךְ", מען הויבט אן פארשטיין 'ווער מאכט מיר די אלע ווייטאג? ווער נעמט מיר אוועק מיין געזונט? דער אייבערשטער אליין ברענגט מיר דאך די יסורים', אויב אזוי ווער איך נענטער צו אים. "וְכֵן כְּשֶׁלּוֹקֵחַ חַס וְשָׁלוֹם, אֵיזֶה בֵּן. מִי לוֹקֵחַ? הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ! אִם כֵּן אַדְּרַבָּא עַתָּה הוּא סָמוּךְ יוֹתֵר אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, כִּי בָּעוֹלָם הַבָּא סְמוּכִין יוֹתֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", אויב חס ושלום מען פארלירט א קינד און מען הויבט אן פארשטיין 'ווער האט דאס מיר אוועק גענומען? דער אייבערשטער', אויב אזוי ווער איך דאך נענטער צו אים, עיין שם.
דער הייליגער רבי נתן, איידער ער איז אוועק פון די וועלט - האט ער געקרעכצט: "אוי וויי... אוי וויי... אזויפיל טריף און פסול פארמערט זיך אויף די וועלט, וואס וועט דא זיין?" רבי נתן האט אויסגעפירט: "איין בלעטל פון הייליגן רבינ'ס ספרים וועט אלעס פאררעכטן"; דאס איז די עצה פארן דור, דער רבי מאכט אונז פרייליך, און אז מען איז פרייליך - ווערט מען באפרייט פון אלע שווערע יסורים. ווייל אלע פראבלעמען וואס מענטשן האבן - נעמט זיך פון עצבות און מרה שחורה; עצבות פארמאכט דעם מח מען זאל נישט קענען טראכטן פונעם אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", פארוואס זענען מענטשן אזוי געפאלן ביי זיך און זענען נישט נאנט צום אייבערשטן? "הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת, וְאֵינָם מְיַשְּׁבִין עַצְמָן", ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת, מען טראכט נישט פון תכלית; זאגט אבער דער רבי, ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו ישוב הדעת און צו א קלארע מח, צו וויסן וואס מען האט צוטון אויף די וועלט? "אַךְ דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", ווען מען איז נישט פרייליך קען מען נישט טראכטן גוטע זאכן, מען קען נישט טראכטן גוט, מען טראכט א גאנצן צייט נאר שלעכטע מחשבות, "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", אבער אז מען איז פרייליך - דעמאלט קען מען בייגן די מחשבות צו טראכטן גוט, "כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", אז א מענטש איז בשמחה איז ער א פרייער מענטש און דער מח איז אים נישט מצומצם, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", מיט שמחה גייט מען ארויס, "שֶׁעַל יְדֵי שִׂמְחָה נַעֲשִׂין בֶּן חוֹרִין, וְיוֹצְאִין מִן הַגָּלוּת", ווייל א פרייליכער מענטש איז פריי, פריי פון אלע פארמאכטקייטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.