שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך מוטשע זיך מיט אזויפיל פראבלעמען, ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה?
ישועות, שלום בית, חינוך הילדים, רפואה, סבלנות, צרות, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א ווייב וואס איז גייסטיש קראנק, זי איז שוין געווען אין שפיטאל אן א שיעור מאל. יעצט איז ברוך ה' שוין בעסער, ס'איז אבער נאכאלץ א זאך וואס מ'מוז לעבן דערמיט, זי נעמט שווערע מעדעצינען.


איך האב נישט קיין געהעריגע פרנסה, אדער בעסער געזאגט איך האב נישט קיין סימן ברכה אין די ביסל געלט וואס איך ברענג יא אריין, יעדע וואך בלי שום גוזמא דארף איך צוקומען צו יענעם פאר אפאר דאלאר.


מיין אינגל איז חוצפה'דיג וכו', דער מנהל פון ענגליש זאגט אז ער דארף נעמען מעדעצינען.


די היינטיגע טערעפיסטן און מחנכים באשולדיגן די עלטערן פאר אלעס וואס גייט נישט כשורה מיט די קינדער, ווען איך בין אויפגעוואקסן זענען די קינדער געווען די באשולדיגטע, היינט זאגט מען אונז צו געבן מער ליבשאפט וכו', אבער וואס מיר פרובירן אלץ צו טון איז נישט גענוג, איך בין אויך א מענטש און איך האב די דאגות פון מיין ווייב און פון פרנסה.


איך האב אסאך מער וואס צו שרייבן. אבער איך האב נישט קיין כח.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיין הארץ גייט אויס פאר דיר ווי שטארקט דו מוטשעסט זיך מיט דיין ווייב, מיט דיין פרנסה און מיט חינוך הבנים. איין זאך בעט איך דיר זייער, האב נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, זיי שטארק מיט אמונה אינעם אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דו ווייסט וועם דער אייבערשטער האט ליב? דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד"; א מענטש וואס עס גייט אריבער אויף אים ביטערע שווערע נסיונות און ער דערהאלט זיך - אים האט דער אייבערשטער ליב.


שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן; וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, פונעם אייבערשטן גייט נישט ארויס קיין שלעכטס. אז עס איז דיר אזוי שלעכט און אזוי ביטער זיי זיך מבטל צום אייבערשטן, דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אז עס איז גאר ביטער איז מען זיך אינגאנצן מבטל", האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "אֵיךְ מְבַטְּלִין עַצְמוֹ", ווי אזוי איז מען זיך מבטל? האט אים דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט זיך די מויל און די אויגן - דאס איז ביטול", דאס הייסט, מען פרעגט נישט קיין קשיות, מען טראכט נישט קעגן די אמונה; דאס זענען די לימודים וואס דער רבי לערנט מיט אונז.


זוך דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר; דאנק דעם אייבערשטן אויף דאס גוטס, לויב אים אז דיין ווייב איז שוין אביסל בעסער, זי איז שוין אין שטוב. דאנק אים אויף דאס ביסל פרנסה וואס דו האסט; מיט'ן דאנקען דעם אייבערשטן וועסטו זיך מאכן א כלי לקבל, דו וועסט באקומען נאך מער פרנסה.


אנטלויף נישט, ווארט אויס אויף די ישועה, אז דו וועסט האבן געדולד, דו וועסט אויסווארטן אויף די ישועה - וועסטו זען גרויסע ניסים. דער רבי האט דערציילט (כוכבי אור, סיפורים נפלאים) עס איז געווען א גוי וואס האט זיך געדריידט מיט ארעמעלייט און ער האט געהערט ווי די אידן שמועסן צווישן זיך אז נאך אביסל קומט שוין דער יום טוב פסח, האט ער זיך אינטערעסירט וואס איז דאס פסח? האט מען אים דערציילט ווי שיין דער יום טוב איז, מען פראוועט א סדר און אלע אידן, אפילו ארעמעלייט - עסן א רייכע סעודה; מען זיצט ביים טיש ווי קעניגן, מען עסט און מען טרינקט און מען איז פרייליך. די ארעמעלייט האבן אים געזאגט אז עס לוינט זיך צו פאסטן אפאר טעג פאר יום טוב כדי מען זאל זיין גוט הונגעריג צום סדר. דער גוי האט געטראכט צו זיך: 'איך מוז דאס אויספרובירן, איך וועל מיך פארשטעלן ווי א איד און איך וועל גיין צו א סדר, איך וויל כאטש איינמאל אין לעבן האבן א גוטע סעודה'. למעשה האט מען אים נישט דערציילט אז מען הייבט נישט אן מיט 'שלחן עורך', נאר קודם זאגט מען די הגדה און מען עסט א שטיקל גרינצייג ווייניגער ווי א כזית, און נאכדעם מוציא מצה און מרור וכו' וכו'; פסח ביינאכט האט זיך דער גוי איינגעלאדנט ביי א איד צו זיין ביים סדר, און ער זיצט ביים סדר און ער ווארט און ווארט צו עסן די שיינע סעודה, ווען עס איז געקומען צו מרור און ער איז שוין געווען זייער הונגעריג, האט ער געטראכט אז מען האט אים דא זיכער אויסגעשפילט, ווייל ער ווארט אזוי לאנג אויף די סעודה און מען דריידט ארום מיט אים, האט ער זיך אויפגערעגט און אנטלאפן.


שפעטער ווען ער האט געטראפן זיינע חברים האט ער זיי דערציילט די גאנצע מעשה, אז מען האט אים געלאזט אויסהונגערן, ביז מען האט אריין געברענגט א שארפע עסן וכו' וכו', האבן זיי אים געזאגט: "א שאד אז דו ביסט אנטלאפן פאר שלחן עורך, ווען דו ווארטסט ווען אויס נאך אביסל וואלסטו געהאט א הערליכע סעודה".


דערפאר בעט איך דיר, זאלסט נישט אויסקוקן ווי דער גוי וואס איז אנטלאפן פאר שלחן עורך, ווארט און האב געדולד, אנטלויף נישט מיט'ן ביטערן טעם אין מויל, ווארט אויס אויף דיין ישועה.


בנוגע דיין זון; מען קען יעדן קינד אנקוקן ווי א מחוצף און מען קען יעדן מחוצף אנקוקן ווי א טייער קינד, אז דו קענסט זיך קוים דערהאלטן - וואס ערווארסטו פון דיין זון? ער איז יונג, ער האט ווייניגער כח זיך צו קענען דערהאלטן אין אזעלכע שווערע מצבים, אז דער טאטע וועט זיין שטארק, דער טאטע וועט זיין פרייליך - וועט דער זון אויך זיין פרייליך און שטארק, ער וועט פאלגן און זיין א וואויל קינד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.