שאלה אין קורצן ענין
#1 - מ'זעט דאך יא אין רבינ'ס ספרים אז מ'זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף א צרה?
אומאן, שידוכים, חסידות ברסלב, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל פון ארץ ישראל, איך בין זיך זייער מחזק מיט די שיעורים, דאס געבט מיר א וועג צו לעבן מיט'ן אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איך האב געהערט ביי די שיעורים אז ס'איז נישטא קיין מקור אינעם רבינ'ס ספרים אז מ'זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף א צרה, איך האב יא געטראפן אין ליקוטי הלכות (הלכות פריקה וטעינה ד אות יד) וואס רבי נתן שרייבט דארט בזה הלשון: "כִּי בֶּאֱמֶת אִם הָיוּ הַכֹּל שׁוֹמְעִים לְקוֹל הַצַּדִּיקֵי אֱמֶת לֵילֵךְ בְּדֶרֶךְ זֶה לְהַאֲמִין תָּמִיד בַּה' יִתְבָּרַךְ שֶׁהַכֹּל לְטוֹבָה וְלִתֵּן שֶׁבַח וְהוֹדָיָה תָּמִיד לַה' יִתְבָּרַךְ בֵּין בְּטוּבוֹ בֵּין בְּעָקוֹ כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב, בַּה' אֲהַלֵּל דָּבָר בֵּאלֹקִים אֲהַלֵּל דָּבָר, בְּוַדַּאי הָיוּ מִתְבַּטְּלִים כָּל הַצָּרוֹת וְכָל הַגָּלֻיּוֹת לְגַמְרֵי וּכְבָר הָיְתָה גְּאֻלָּה שְׁלֵמָה.", אויך ווערט געברענגט אין די גמרא (תענית ח'.) "כל השמח ביסורין שבאים עליו, מביא ישועה לעולם", וואס קען מען זאגן אויף דעם?


אויך האב איך געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער רבי האט געהייסן אז מ'מוז קומען צו אים אויף ראש השנה, און די זעלבע איז ביי פרויען אז זיי קענען שיקן זייערע מענער אויף אומאן, וואס זאל אבער טון א מיידל וואס האט נאכנישט וועמען צו שיקן קיין אומאן, ווי אזוי קען זי אויספירן דעם רבינ'ס רצון אין דעם ענין?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת האזינו, י"א תשרי, מחרת יום הכיפורים, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז איבעריג צו שרייבן איבער דעם לעצטיגן קאפ פארדרייעניש, וואס מענטשן זאגן נאך בשם דעם רבי'ן אז ווען מען האט א צרה זאל מען דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די צרה און דאס איז דער וועג ארויס צו גיין פון די צרה; דאס איז אנטקעגן די תורה, און בכלל איז נישט דא וואס צו שרייבן אויף דעם.


קוקטס אריין אין רמב"ם (פרק א' מהלכות תעניות, הלכה א) וואו עס איז מבואר אז עס איז א מצות עשה אין די תורה צו שרייען און וויינען צום אייבערשטן ווען מען האט לא עלינו א צרה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות סג.): "אִם בָּא עַל אָדָם צָרָה", אז א מענטש האט א צרה, "לֹא יִצְוַוח - לֹא לְמִיכָאֵל, וְא לְגַבְרִיאֵל, אֶלָא לִי יִצְוַוח, וַאֲנִי עוֹנֶה לוֹ מִיַד", זאל ער נישט שרייען - נישט צו מלאך מיכאל, נישט צו מלאך גבריאל, נאר צום הייליגן באשעפער אליינס; ווען א מענטש האט א חולה אין שטוב דארף ער וויינען און שרייען צום הייליגן באשעפער; אז א מענטש האט נישט קיין קינדער דארף ער טון וואס יצחק אבינו האט געטון (בראשית כה, כא): "וַיֶּעְתַּר יִצְחָק לַה' לְנֹכַח אִשְׁתּוֹ", און וואס חנה - שמואל הנביא'ס מאמע - האט געטון (שמואל-א א, י; יב): "וַתִּתְפַּלֵּל עַל ה' וּבָכֹה תִבְכֶּה וגו', וְהָיָה כִּי הִרְבְּתָה לְהִתְפַּלֵּל לִפְנֵי ה' וגו'".


אז א מענטש האט נישט קיין שלום בית דארף ער וויינען און שרייען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים און אים ליכטיג מאכן אין שטוב, ווער עס זאגט אנדערש איז א חסר דעה. ווער עס פארקויפט פאר מענטשן מען זאל דאנקען א שעה אויף א צרה, צום ביישפיל אויב איינער האט נישט קיין קינדער זאל ער זאגן במשך א שעה יעדן טאג: "רבונו של עולם, איך דאנק דיר אז איך האב נישט קיין קינדער", אזא איינער מאכט חוזק פונעם אייבערשטן, חוזק פון די תורה און חוזק פון די הייליגע חכמים.


דאס איז נישט קיין סתירה מיט דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (ברכות נד.): "חַיָּב אָדָם לְבָרֵךְ עַל הָרָעָה כְּשֵׁם שֶׁמְּבָרֵךְ עַל הַטּוֹבָה", א מענטש דארף דאנקען דעם אייבערשטן ווען עס קומט אויף אים שלעכטס אזוי ווי ער דאנקט אויף גוטס, און א מענטש דארף גלייבן אז אלעס וואס פאסירט מיט אים - סיי גוטס און סיי שלעכטס  - אלעס קומט פונעם אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער איז דער אב הרחמן וואס וויל נאר טון גוטס מיטן מענטש, און אז עס האט פאסירט א צרה איז דאס נאר פאר די טובה פונעם מענטש, אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (נדה לא.): "שְׁנֵי בְּנֵי אָדָם שֶׁיָּצְאוּ לִסְחוֹרָה", צוויי מענטשן האבן איינגעקויפט סחורה דאס צו פארקויפן אין א צווייטע מדינה, "יָשַׁב לוֹ קוֹץ לְאַחַד מֵהֶן", גייענדיג צום שיף האט זיך איינער פון זיי צעבראכן די פיס און ער האט נישט געקענט גיין צום שיף, די שיף איז אוועק געפארן מיטן אנדערן שותף מיטנעמענדיג אלע סחורה און דער מענטש מיטן צעבראכענעם פיס איז אונטער געבליבן, "הִתְחִיל מְחָרֵף וּמְגַדֵּף", האט דער מענטש אנגעהויבן רעדן אנטקעגן די אמונה, ער האט געהאט טענות צום אייבערשטן, "לְיָמִים שָׁמַע שֶׁטָבְעָה סְפִינָתוֹ שֶׁל חֲבֵירוֹ בַּיָּם הִתְחִיל מוֹדָה וּמְשַׁבֵּחַ", נאך א שטיק צייט האט ער געהערט אז די שיף איז איינגעזינקען אין וואסער מיט אלע מענטשן מיט די גאנצע סחורה, האט ער אנגעפאנגען דאנקען דעם אייבערשטן (ישעיהו יב, א): "אוֹדְךָ ה' כִּי אָנַפְתָּ בִּי", איך דאנק דיר אייבערשטער אז דו האסט געצערנט אויף מיר און מיר צעבראכן מיין פיס, "יָשֹׁב אַפְּךָ וּתְ'נַחֲמֵנִ'י", ווייל אזוי בין איך געראטעוועט געווארן פון ווערן דערטראנקען; אין דעם פסוק איז מרומז דעם הייליגן רבינ'ס נאמען, דער רבי לערנט אויס דעם מענטש אז ער זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט אים, אפילו וואס עס זעט אויס ווי שלעכטס.


דער רבי איז מסביר ווי אזוי עס ארבעט ידיעה און בחירה וכו'; פון איין זייט דארף מען דאך וויסן: "שֶׁכָּל מְאֹרְעוֹתָיו הֵם לְטוֹבָתוֹ", אז אלעס וואס פאסירט מיטן מענטש איז פאר זיין טובה וועגן, און אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז מיט א פונקטליכע השגחה וכו', אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ד): "כְּשֶׁאָדָם יוֹדֵעַ שֶׁכָּל מְאֹרְעוֹתָיו הֵם לְטוֹבָתוֹ, זֹאת הַבְּחִינָה הִיא מֵעֵין עוֹלָם הַבָּא", ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס פאסירט מיט אים איז פאר זיין טובה - דאס איז עולם הבא; אבער פון די צווייטע זייט דארף מען וויסן אז דער מענטש האט א בחירה, ער קען בעטן פונעם אייבערשטן וואס ער וויל, אויף יעדן פרט ופרט; ווי אזוי ארבעטן אבער די צוויי זאכן צוזאמען? איז דער רבי מסביר אז ווען א מענטש איז מקדש די שבעה נרות, ער הייליגט זיינע אויגן, אויערן, נאז און מויל דעמאלט איז ער זוכה צו האבן א ריינע מח ביז עס איז אים שוין נישט שווער די קשיא פון ידיעה און בחירה, ער ווייסט אז מען דארף בוחר זיין אין ידיעה צו וויסן אז אלעס איז דער אייבערשטער (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כא).


תפילה איז נישט קיין סתירה צו אמונה; אפילו ווען מען בעט דעם אייבערשטן דארף מען נאך אלץ ווייטער גלייבן אז אלעס איז לטובה, אזוי ווי דער הייליגער תנא רבי עקיבא זאגט (ברכות ס:): "לְעוֹלָם יְּהֵא אָדָם רָגִיל לּוֹמַר כָּל דְּעָבִיד רַחְמָנָא - לְטַב עָבִיד", א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו זאגן שטענדיג: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט"; ווען א מענטש נעמט דאס אריין אין זיך, ער לעבט מיט אמונה אינעם אייבערשטן אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים קומט פונעם אייבערשטן און דאס איז נאר פאר זיין אייביגע טובה, דער מענטש לעבט שוין יעצט אין 'גן עדן', אזוי ווי די גמרא פארציילט די מעשה (שם) אז דער הייליגער תנא רבי עקיבא איז אמאל אנגעקומען אין א שטאט און קיינער האט אים נישט געוואלט אריין נעמען געבן אן אכסניא, מיט דעם אלעם האט ער זיך נישט פארלוירן, נאר ער האט געזאגט: "כָּל דְּעָבִיד רַחְמָנָא - לְטַב עָבִיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, און ער איז געגאנגען איבער נעכטיגן אין וואלד; ער האט געהאט מיט זיך אן אייזל, א הינדל מיט א ליכט, פלוצלינג איז געקומען א ווינט און פארלאשן די ליכט, מיט דעם האט זיך דער הייליגער תנא רבי עקיבא נישט פארלוירן, נאר געזאגט: "כָּל דְּעָבִיד רַחְמָנָא - לְטַב עָבִיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, עס גייט אריבער אפאר מינוט און עס קומט א לייב און פארציקט דעם אייזל, מיט דעם אלעם האט זיך דער הייליגער תנא רבי עקיבא נישט פארלוירן, נאר געזאגט: "כָּל דְּעָבִיד רַחְמָנָא - לְטַב עָבִיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, נאכדעם איז געקומען א קאץ און האט פארציקט דאס הינדל, מיט דעם אלעם האט ער זיך נישט פארלוירן, נאר געזאגט: "כָּל דְּעָבִיד רַחְמָנָא - לְטַב עָבִיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, שפעטער הערט ער א געשריי און זעט ווי רויבערס קומען צו גיין אריין אינעם שטאט וואו קיינער האט אים נישט געוואלט ארייננעמען, און הרג'ענען אויס די גאנצע שטאט, האט ער געזען די חסדים פונעם אייבערשטן קלאר מיט זיינע אויגן; ער האט שוין פארשטאנען פארוואס קיינער פון שטאט האט אים נישט אריין גענומען, און פארוואס דער אייזל און דער הינדל מיט די ליכט זענען אוועק גענומען געווארן פון אים, אלעס כדי אים צו היטן פון די רויבערס.


דאס מיינט נישט צו זאגן אז א מענטש וואס געפונט זיך אין א צרה זאל נישט בעטן ארויס צו גיין פון די צרה; אדרבה, ווען א מענטש גייט אריבער צרות ויסורים איז די איינציגסטע עצה ארויס צו גיין דערפון - דורך בעטן דעם אייבערשטן, אבער אסאך מאל איז דער מענטש אזוי צעבראכן פון דאס וואס גייט אריבער אויף אים אז ער האט נישט קיין ווערטער וואס צו בעטן פון גרויס עצבות ומרירות וכו', איז די עצה אז ער זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים. עס איז כדאי דורך צו לערנען אין ליקוטי הלכות (ליקוטי הלכות יורה דעה, כלאי בהמה הלכה ד', אות ד, ה, ו) וואו ר' נתן רעדט ארום פון דעם באריכות, אז ווען א מענטש זעט ווי ווייט ער איז פונעם אייבערשטן און ווי שווער עס גייט אים - סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, ער מוטשעט זיך מיט פרנסה וכו', זאל ער זוכן עפעס גוטס וואס צו דאנקען דערויף דעם אייבערשטן, אזוי וועט ער זיך נאכדעם קענען גוט אויסגיסן זיין הארץ און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל אים העלפן.


בנוגע אומאן וכו'; עס איז נישט שייך פאר מיידלעך צו קומען קיין אומאן אום ראש השנה; וואו מען געפונט זיך איז מען זיך פון דארט מקשר צום הייליגן רבי'ן. יעדער איד וואס גלייבט אינעם רבי'ן איז צוגעבינדן צום רבי'ן און ער איז זוכה צו אלע תיקונים.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט טרעפן א גוטע שידוך און זוכה זיין צו שיקן אייער מאן און קינדער קיין אומאן יעדע יאר ראש השנה.