תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיין זון, בני בכורי, האט אביסל נאכגעלאזט פון זיין אידישקייט רחמנא ליצלן, עס האט זיך אנגעהויבן מיט זיין סמארט פאון, און ער איז זיך אוועק געפארן. לעצטנס איז ער זיך אביסל מחזק, ער קומט אריין און ער לערנט אביסל מיט מיר, און נאך פארשידענע חיזוק וואס איך ווייס נישט.
היינט נאכט דערציילט ער מיר אז ער מיט זיינע חברים, וואס רעכנט אריין אויך חבר'טעס רח"ל, האבן פארשטעלט איינע פון די מיידלעך און זיי זענען אריין געגאנגען אין בית המדרש ... ביי די שמחת בית השואבה. די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ, דאס איז דאך ממש אזא עצה אזוי ווי בלעם הרשע בשעתו לפרוץ גדרי קדושה רחמנא ליצלן.
איך האב אים אבער גארנישט געזאגט, איך וויל אים נישט מרחק זיין. וויל איך אייך פרעגן וואס איר זאגט וועגן דעם? וואס זאל זיין מיין באציאונג צו אים בכלל?
מיין ווייטאג איז גאר גרויס, עס גייט נישט דורך א טאג וואס איך דאווען נישט פאר אים, און פון דעסט וועגן זע איך א גרויסער הסתר, און איך זע נישט ביי אים קיין ערנסטער טריט אויף צוריק.
א גרויסן יישר כח.
מרדכי
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מרדכי נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואס זאל איך דיר זאגן, איך האב געליינט דיין בריוו, און איך האב מיט געוויינט מיט דיר; דו פרעגסט מיר ווי אזוי דו זאלסט זיך פירן מיט אים, אודאי זאלסטו אים נישט מרחק זיין, ווייל עס וועט גארנישט העלפן.
עס איז זייער א שווערע זאך פאר עלטערן צו מקרב זיין א קינד ווען מען זעט ווי ער פירט זיך נישט אויף ווי די תורה הייסט, מען זאל אפגעהיטן ווערן פון די צער וואס עלטערן האבן ווען זיי זעען ווי זייערס א קינד גייט אוועק פונעם דרך התורה. אבער אויב מען וויל תכלית, אויב מען וויל אמת, מען קוקט נישט אויף די אייגענע כבוד וכדומה, און מען איז מקרב דעם קינד ווי אזוי ער איז, קען מען בעזרת השם יתברך זוכה זיין מיט די צייט אז דאס קינד וועט תשובה טון וכו'.
עס איז דא א מאמר החכם: "הַסֵּבֶל - תַּחְבּוּלָה, לְמִי שֶׁאֵין לוֹ תַחְבֻּלָּה", געדולד איז די וועג, פאר ווער עס האט נישט קיין וועג; מיט סבלנות קומט מען אן, מען דארף האבן אמונה אינעם אייבערשטן. מיר דארפן וויסן אז מיר ווייסן גארנישט, דער אייבערשטער פירט דער וועלט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא (דברים לב, ד), מיר ווייסן גארנישט.
חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (ברכות י.) אז ווען ישעיהו הנביא איז געקומען זאגן פאר חזקיהו המלך די נבואה פונעם אייבערשטן אז ער גייט שטארבן, האט חזקיהו המלך אים געפרעגט פארוואס, האט אים ישעיהו הנביא געזאגט: "דְּלֹא עָסַקְתָּ בִּפְרִיָּה וּרְבִיָּה", ווייל דו האסט נישט חתונה געהאט, האט חזקיהו המלך געזאגט פאר ישעיהו הנביא: "דו ווייסט פארוואס איך האב נישט חתונה געהאט? ווייל איך זע ברוח הקודש אז איך גיי האבן א קינד וואס גייט ארויס גיין לתרבות רעה", האט אים ישעיהו הנביא געענטפערט: "בַּהֲדֵי כָּבְשֵׁי דְּרַחְמָנָא לָמָּה לָך?!", וואס האסטו מיט די באהאלטענע וועגן פונעם אייבערשטן, דו דארפסט טון וואס דער אייבערשטער האט אונז געהייסן טון, און וואס דער אייבערשטער וויל טון זאל ער טון; שטייט ווייטער דארט, אז למעשה האט ער חתונה געהאט, און ער איז געבליבן לעבן, עיין שם.
אין דעם חז"ל ליגט זייער אסאך חיזוק; ווייל מען זעט פון דא אז מענטש דארף נישט ווערן צעבראכן ווען ער זעט אז ער איז נישט מצליח מיט זיינע קינדער, ווייל געווענליך הייבט א מענטש אן צו טראכטן אלע נעגעטיווע מחשבות: "ווער איז שולדיג", "פארוואס דארף איך ברענגען קינדער" וכו' וכו', לערנען אונז דא חז"ל אז מיר דארפן טון דעם רצון השם יתברך, אז דער אייבערשטער האט אונז געהייסן חתונה האבן און ברענגען קינדער אויף די וועלט, דארפן מיר דאס טון און זיך פרייען אז מיר טוהן זיין רצון.
דער הייליגער רבי האט געזאגט: "א מענטש זאל מתפלל זיין ער זאל האבן אסאך קינדער, און אפילו אז ער ווייסט קלאר אז אלע זיינע קינדער וועלן ארויס גיין לתרבות רעה רחמנא לצלן, זאל ער ברענגען קינדער אויף די וועלט, ווייל משיח וועט זיי אלע צוריק ברענגען צום אייבערשטן".
דערפאר דארף מען זייער אכטונג געבן חס ושלום נישט צו מרחק זיין קיין קינדער, און אפילו זיי זענען אוועק געפאלן פונעם דרך התורה וכו' דארף מען זיי מקרב זיין; מען מעג זיי זאגן מוסר, אבער נאר אויף דעם וועג ווי אזוי משה רבינו האט גע'מוסר'ט די אידן נאכדעם וואס זיין זענען דורכגעפאלן מיטן חטא העגל. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין לו:): אז ווען משה רבינו איז אראפ געקומען פון הימל, און געזען ווי די אידן האבן געמאכט דעם עגל און זיי האבן עובר געווען אויף די דריי הארבסטע עבירות, האט זיי משה רבינו געזאגט: "עַדַיָין חֲבִיבוּתָא הוּא גַּבָּן", דער אייבערשטער האט ענק נאך אלץ ליב, אזוי ווי עס שטייט (שיר השירים א, יב): "נִרְדִּי נָתַן רֵיחוֹ", וְלֹא כְּתִיב הִסְרִיחַ; נאר אויף דעם וועג מעג מען געבן מוסר, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח) אז נאר איינער וואס קען געבן מוסר אזוי ווי משה רבינו האט גע'מוסר'ט די אידן - נאר ער מעג געבן מוסר. אויב מען האט נישט קיין סבלנות, מען איז מרחק א קינד וואס גייט נישט אויפן דרך התורה, קען מען אינגאנצן פארלירן דעם קינד חס ושלום.
דו שרייבסט מיר אז דו דאווענסט יעדן טאג, און דו זעסט נישט ווי עס העלפט; ליין איבער די בריוו וואס דו שרייבסט אליינס אז 'לעצטענס איז ער זיך אביסל מחזק און ער לערענט מיט דיר אביסל'. שרייבסט דאך אליינס אז דו זעסט א שינוי לטובה, דאס דארף דיר זייער מחזק זיין אז דו זאלסט ווייטער דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל תשובה טון.
איך ווייס אז עס איז זייער שווער צו קוקן אויף דאס ביסל וואס ער קומט לערנען אנטקעגן די גרעסערע חלק וואס ער דארף נאך תשובה טון וכו', אבער וויסן זאלסטו אז יעדע איינציגע תפילה העלפט, נאר מען דארף האבן אויף תפילה זייער אסאך סבלנות, און געדענקען דעם מאמר החכם: "מִי שֶׁשָּׂם הַסֵּבֶל תַּכְלִיתוֹ, יַגִּיעֵהוּ הַסֵּבֶל אֶל חֶפְצוֹ", ווער עס האט געדולד, וועט צום סוף אנקומען צו וואס ער וויל; עס איז נישט דא קיין שום אנדערע עצה בזה העולם ווען א מענטש זעט ווי עס לויפן אים נאך שוועריקייטן - נאר צו אנטלויפן צום הייליגן באשעפער, און צו וויינען צו אים טאג נאך טאג וואך נאך וואך אן אן אויפהער.
עס גייט נישט אריבער א טאג וואס מענטשן רופן מיר נישט וויינען וועגן זייערע קינדער - סיי בחורים און סיי מיידלעך וואס פאלן אוועק מדרך התורה, השם ישמרינו; מען בעט מיר צי איך קען רעדן צו זייער קינד ווען דער קינד וויל נישט הערן פון גארנישט. מען דארף רעדן צום קינד ווען דער קינד וויל נאך הערן, מען דארף אויסהערן דעם קינד ווען ער וויל נאך הערן חיזוק, נישט מען זאל אים זאגן: "דו דארפסט נישט קיין חיזוק", "דו דארפסט לערנען מער וויפיל דו קענסט".
איך האב געעפענט די ישיבה "תפארת התורה" פאר צען יאר צוריק; שוין צען יאר וואס איך לערן מיט בחורים און איך בין זיי מחזק. מען קען נאר רעדן צו איינער וואס וויל הערן, אין זוהר הקדוש שטייט (פרשת תצוה, רצח.): "זַכָּאָה מַאן דְמַּלִיל עַל אִדְּנִין דְשָׁמְּעִין", וואויל איז פאר א מענטש וואס רעדט צו אויערן וואס ווילן הערן; זייער אסאך מאל זענען די עלטערן אליינס שולדיג, ווייל ווען דאס קינד האט נאך געוואלט הערן חיזוק, דער קינד האט געוואלט זיין גוט, האט מען אים געשריגן אויף אים: "דו דארפסט נישט קיין חיזוק", "מאך דיך נישט משוגע", און ווען די עלטערן זעען שפעטער ווי דער קינד איז שוין אינגאנצען אוועק געגאנגען, דעמאלט וועקט מען זיך אויף, דעמאלט וויל מען אים מחזק זיין, אבער דעמאלט וויל שוין נישט דער קינד.
עס איז זייער א ווייטאגליכער נושא ווען עלטערן רופן מיך אן צי איך קען רעדן מיט זייער קינד, ווען די זעלבע עלטערן האבן געווארענט דעם קינד אז אויב וועט מען אים כאפן האבן שייכות מיט א ברסלב'ער וועט זיין אחת דתו, נאר שפעטער ווען דער קינד קען שוין נישט, און ער פאלט אראפ, דעמאלט איז מען שוין מסכים וכו', אבער דער קינד דארף אויך וועלן.
דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זוכה זיין צו האבן נחת פון אלע דיינע קינדער, און עס זאל בקרוב אריין גיין א רוח טהרה אין דיין זון דער בכור, אמן.