תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך וויל פרעגן, מען רעדט מיר א שידוך א מיידל פון היכל הקודש, זייער א גוטע זאך, אלעס זעט אויס פיין, אבער זיי זאגן אז ביי זיי שערט מען נישט די האר נאך די חתונה, פון די אנדערע זייט טראגט מען אן נאך א שידוך, א וואוילע משפחה, א גוטע מיידל, וואס ביי זיי שערט מען זיך יא, אבער זיי ווילן איך זאל אפלאזן היכל הקודש, איך זאל נישט האבן קיין שייכות מיט'ן ראש ישיבה, זיי ווילן איך זאל דאס צוזאגן און אינטערשרייבן.
מיינע עלטערן ווילן ענדערש די שידוך וואס מען שערט זיך די האר, זיי האבן געפרעגט זייער רבי און ער האט אויך געזאגט מען זאל נישט גיין צום שידוך מיט די משפחה וואס שערט זיך נישט, אבער מיך איז זייער שווער צו גיין צו א שידוך וואס איך דארף צו זאגן אז איך לאז אפ היכל הקודש. ביטע אויב דער ראש ישיבה קען מיך זאגן וואס צו טון.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ענדערש זאלסטו נעמען די שידוך פון די משפחה וואס ביי זיי שערט מען זיך אפ די האר, אפילו זיי ווילן זיך אויסנעמען דו זאלסט אפלאזן היכל הקודש, ווי איידער די שידוך פון א משפחה וואס מען שערט זיך נישט אפ די האר.
מוהרא"ש האט זייער אסאך געשריבן און גערעדט צו אנשי שלומינו איבער דאס גרויסקייט פון זיך אפשערן. אפילו אין יבנאל וואס רוב רובם פון די איינוואוינער זענען אפשטאמיגע פון ספרדי'שע משפחות - האט מוהרא"ש גע'פועל'ט זיי זאלן זיך אפשערן, מוהרא"ש פלעגט זיך בארימען מיט דעם. מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכרונו לברכה - איז געגאנגען אמאל קיין יבנאל מחזק זיין די אינגעלייט, איינע פון די זאכן וואס מיין זיידע זכרונו לברכה איז ארויס פון התפעלות, איז געווען פון די הייליגקייט, די צניעות ביי די פרויען, ער האט זיך נישט געקענט אפוואונדערן אז עס איז דא א שטעטל וואס אלע משפחות זענען אפגעשוירן; איז אודאי זאלסטו ענדערש גיין צום שידוך וואס דו וועסט האבן א הייליגע שטוב.
קענסט זיך נישט פארשטעלן צו וואס מען איז זוכה ווען מען האט חתונה און די פרוי שערט זי אפ די האר, מען איז זוכה אויפצושטעלן ערליכע דורות, מען איז זוכה אז די שכינה הקדושה רוט אין שטוב, און חס ושלום אויב מען לאזט די האר וואקסן און עס זעט זיך ארויס די האר - איז זייער שרעקעדיג. דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען, 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי; זאגט ווייטער דער הייליגער זוהר: 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' און זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. זאגט ווייטער דער זוהר: 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.
גיי צום שידוך מיט שמחה, האב נישט מורא; וואס מיינט 'אפלאזן'? ווי איז שייך אפלאזן דעם רבי'ן? בלייב לערנען די ספרים פון רבי'ן, העכסטנס וועסטו פאר א שטיק צייט נישט קומען דאווענען אין היכל הקודש; וועסט ווייטער לערנען דיינע שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה און זיין דבוק צום אייבערשטן, רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן.
היכל הקודש איז שכל, היכל הקודש איז נישט א פלאץ. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נט) דער צדיק ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן, אבער נישט אלע זענען זוכה צו בלייבן שטארק, "יֵּשׁ כַּמָּה וְכַמָּה שֶׁנָּפְלוּ מִקְּדֻשָּׁתָם", עס זענען דא וואס פאלן צוריק, "אַף עַל פִּי כֵן מֵאֵלּוּ שֶׁנִּשְׁאֲרוּ בְּיִרְאָה שָׁלֵם", פון די בויט זיך היכל הקודש, עיין שם. היכל הקודש איז חיזוק צו בלייבן שטארק מיט אמונה, מיט תפילה וכו'; דעריבער זאלסטו חתונה האבן און נישט קוקן אויף דעם, און אז דו וועסט זיך פירן מיט די וועג פון היכל הקודש - וועסטו גאר מקרב זיין די גאנצע משפחה; אלע וואס מיינען עפעס איז שלעכט אין היכל הקודש, אלע וועלן מקורב ווערן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.