שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס האב איך אזויפיל רדיפות פון מיין טאטע?
כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, דן לכף זכות, מניעות, התנגדות, מוהרנ"ת ז"ל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקן פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז, די דרשות געבן מיר חיזוק און שכל ווי אזוי צו לעבן אין אלע מיינע אומשטענדן, דער אייבערשטער זאל געבן מער און מער כח פארן ראש ישיבה שליט"א צו קענען משפיע זיין פאר די וועלט די הייליגע געשמאקע לימודים.


אויב איך מעג בעטן אביסל חיזוק אינעם ענין פון כיבוד אב ואם, איך האב דאס אלעמאל געדארפט, אבער ספעציעל נאכ'ן מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן. מיין טאטע און מאמע פירן זיך זייער נישט שיין צו מיר, איך שלינג און שלינג און איך ענטפער נישט, ווי אויך פרוביר איך ווי ווייניגער מיין ווייב זאל מיטהאלטן, אבער צומאל טרעט עס מיר ממש צום הארץ, זיי בארעדן מיך און מיין ווייב, מיין ווייב'ס משפחה, ער פארשעמט מיך ברבים.


פון די אנדערע זייט פיר איך זיך אויף זייער שיין צו זיי, איך מאך זיך ווי כאילו איך כאפ נישט, ווי איך ווייס נישט אז ער פארשעמט מיך, איך טו זאכן וואס קיין שום אנדערע זון וואלט נישט געטון פאר זיינע עלטערן, אלעס אז זיי זאלן זען נחת פון מיר און מיין משפחה; איך שמייכל, איך שיק בילדער, איך געב מתנות פאר מיין מאמע, איך האב געטוישט מיינע פלענער וואו צו זיין ביי די סעודות אז עס זאל אויסקומען גוט פאר זיי, אבער מיין טאטע איז געזעסן ביי די סעודות און חוזק געמאכט פון ברסלב.


אויך שפיר איך ווי מיין טאטע העצט אן מיין מאמע קעגן מיר און מיין ווייב, איך זע לעצטנס אז ווען איך רוף מיין מאמע רעדט זי אזוי שטעכעדיג, ווי כאילו איך בין א מצורע.


עס איז דא וואכן וואס איך רוף ממש נישט זאגן גוט שבת פאר מיין טאטע, פשוט איך בין נישט אין די גוסטע, ער מאכט מיר שפירן ווי דער גרעסטע בעל עבירה, און איך בין אים שופך דם וכו' וכו' וכו'. איך פרעג זיך צומאל, ווייל ער איז מיין טאטע און איך בין זיין זון, איז דא אן היתר אויף הלבנת פנים?


איך קען שרייבן און שרייבן אבער איך וועל בלייבן שטיין דא; אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א שרייבן פאר מיר אדער אויך פאר מיינע געשוויסטער חיזוק והדרכה איבער דעם, און נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס זאלסטו וויסן דו מאכסט א גרויסער טעות, דיינע עלטערן קריגן בכלל נישט אויפן רבי'ן, זיי קריגן בכלל נישט אויף היכל הקודש; זיי האבן ליידער געהערט לשון הרע אויפן הייליגן רבי'ן, זיי מיינען אז ברסלב איז א פלאץ פון נישט גוטע, דעריבער קריגן זיי, אבער באמת איז דאס א ליגנט, און אויף דעם האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, מען האט זיך אויסגעשניצט א מענטש און אויף אים קריגט מען, איך קריג אויך אויף דעם מענטש – זאגט דער רבי – אבער אויף מיר קריגט קיינער נישט".


דיינע עלטערן זענען באזארגט, זיי ציטערן אז זייערע קינדער זענען אנגעקומען צו א פלאץ וואס מען פירט זיך נישט מיט די תורה, נישט מיט הלכה און נישט מיט יראת שמים, דיינע עלטערן זענען טייערע עלטערן, זיי ווילן נאר דאס גוטס, אזוי ווי אלע עלטערן וואס ווילן נאר דאס גוטס ביי זייערע קינדער.


געב אכטונג אויף זייער כבוד, געב אכטונג, זיי מכבד דיינע עלטערן מיט די גרעסטע מאס כבוד, און אז זיי פירן זיך צו דיר ביז דערווייל נישט שיין - זאלסטו ווייטער זיך פירן צו זיי מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ, ווייל אזוי האט דער אייבערשטער געהייסן; עס שטייט (דברים ה, טז): "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ", זיי מכבד טאטע און מאמע, נישט ווייל די שכל זאגט אזוי, נאר "כַּאֲשֶׁר צִוְּךָ ה' אֱלֹקֶיךָ", ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן.


שטארק זיך, די רדיפות וועט דיר צוניץ קומען, אלע שטערונגען וואס גייען אריבער אויפן מענטש ווען מען ווערט מקורב צום צדיק - איז א גרויסע טובה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה, בסוף): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת יוֹתֵר בִּתְחִלַּת הַהִתְקָרְבוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווער עס האט גרויסע מניעות ווען ער ווערט מקורב צום אייבערשטן, "דְּהַיְנוּ שֶׁיֵּשׁ לוֹ מְנִיעוֹת רַבּוֹת וּגְדוֹלוֹת כְּגוֹן מֵאָבִיו וְאִשְׁתּוֹ וְחוֹתְנוֹ", ער האט מניעות פון זיין טאטע, ווייב אדער שווער, "אוֹ מִשְּׁאָר בְּנֵי אָדָם שֶׁמּוֹנְעִים וּמְעַכְּבִים אוֹתוֹ מְאֹד, וּמְנִיעוֹת מֵחֲמַת מָמוֹן וכו'", אדער מניעות פון געלט, "הֵם טוֹבָה גְּדוֹלָה לְהָאָדָם", דאס איז א גרויסע טובה פארן מענטש, "כִּי עַל יְדֵי זֶה", ווייל דורכדעם, "זוֹכֶה אַחַר כָּךְ לְקַבֵּל הַרְבֵּה קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה", איז מען זוכה צו מקבל זיין שפע קדושה וטהרה צו ווערן מקורב צום אייבערשטן.


מיט תפילה וועסטו אלעס איבערדרייען לטובה, עס וועט זיך ענדיגן אזוי ווי ביים הייליגן רבי נתן, וואס זיין טאטע האט זייער גע'רודפ'ט; ער האט אים נישט אריינגעלאזט אין שטוב און ער האט אנגעדרייט אז עס זאל ווערן א גט, און ביים סוף האט זיך אלעס איבערגעדרייט, אזוי ווייט אז ער פלעגט אים רופן מיט א 'ר'', רבי נתן, און רבי נתן פלעגט אים זאגן: "טאטע, רוף מיר נישט 'ר'", האט ער אים געזאגט: "פון דיר האב איך דאס מערסטע נחת".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.