תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געלערנט אלס קינד אין חדר מיט א קינד וואס זיינע עלטערן זענען תלמידי היכל הקודש, תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע; איך בין געווען פון זיינע נאנטע חברים.
איך געדענק אים אלס א גוט קינד, מיט אביסל א שוואכע קאפ אין לערנען, אבער מיט א געוואלדיגע חשק צו לערנען, ער פלעגט לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד, ער האט דורכגעזאגט מסכתא נאך מסכתא מיט התלהבות, און יעדעס מאל ווען ער האט געענדיגט א מסכתא האט זיין מאמע געשיקט א טארט אין חדר לכבוד די סיום.
אבער אנשטאט דער מלמד זאל אים מחזק זיין, זענען זיינע סיומים געווארן א קוואל פון געשפעט און חוזק, דער מלמד פלעגט אים פארשעמען, זאגנדיג: "דו ליינסט גמרא און דו מאכסט א סיום", און די קינדער פלעגן אים באזינגען מיט חוזק טענער אויף מוהרא"ש, איך קען ניטאמאל שרייבן די ווערטער וואס מען האט געזאגט אויף מוהרא"ש.
איך בין דארט געווען, איך בין געווען זיין חבר, און איך האב זיך נישט אנגענומען פאר אים, איך האב אים נישט באשיצט. איך בין דעמאלט געווען א קינד, און איך האב נישט פארשטאנען ווי גרויס איז די כח פון ליצנות, אפשר אין יענע מוסד האט מען געהאלטן פון פארשעמען... און איך האב נישט געוואוסט ווי טיף א ווארט קען אריינגיין אינעם נפש פון א קינד; היינט פארשטיי איך, און עס רייסט מיר דאס הארץ.
אינמיטן כתה ח' איז ער אנטלאפן פון חדר, און מער האט מען נישט געהערט פון אים.
פאר פיר יאר צוריק האב איך אים נאכאמאל באגעגנט, איך האב געהאט טרערן אין די אויגן, ער האט מיך ארומגענומען און געהאלזט, אבער דאס קינד וואס איך האב געקענט איז שוין געווען אן אנדערער מענטש, נעבעך אן א קאפל און אן פיאות. זייט דעמאלט בין איך אסאך מתפלל פאר אים, און איך טובל זיך אין מקוה לזכותו.
וואס דארף איך מתקן זיין? איך דארף עפעס מקבל זיין אויף מיר? מער מתפלל זיין? דארף איך א תיקון אויף דעם וואס איך האב זיך נישט אנגענומען פאר אים און אים נישט באשיצט? אפשר ווען איך וואלט דעמאלט געהאט שכל וואלט איך אים געזאגט: "שעם זיך נישט, דו לערנסט, דו שטרענגסט זיך אן, דו ענדיגסט מסכתות, דו ביסט זייער טייער ביים אייבערשטן", די ווייטאג טראגט איך מיט מיר ביז'ן היינטיגן טאג.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ד' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס איז זייער ווייטאגליך צו הערן די מעשה, די סארט מעשיות ווי א מלמד מיט קינדער האבן גורם געווען אוועק צו שטופן א קינד דורך טשעפען און פארשעמען - דאס שניידט אריין אין הארץ; ווי קען זיין אז א טאטע שיקט זיינע קינדער צו א מלמד ער זאל אים אויפבויען, אויפהייבן, און דיקא דער מלמד איז גורם ער זאל אפלאזן זיין גאנצע אידישקייט; ווי קען זיין אזא זאך? ווי מעג אזא איינער זיין א מלמד? לאמיר זאגן דער מלמד איז גערעכט, וואס זאל דער קינד טון ווען אין שטוב הערט ער איין סארט מהלך און אין חדר הערט ער א צווייטע סארט מהלך, וואס קען ער טון? דאס איז מיין טאטע, ווי מעג מען אוועק מאכן מיין טאטע? דאס הרג'עט אים זיין נפש אויף זיין גאנץ לעבן.
אודאי זאלסטו זיך פארנעמען צו פאררעכטן, זאלסט מתפלל זיין פאר אים, בעט דעם אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו תשובה טון, תפילה איז זייער שטארק, תפילה איז שטערקער ווי שכל, ווי טבע, ווי פאקטן וכו' וכו'; תפילה והתבודדות איז די עצה.
דו ווייסט אודאי די מעשה ביי ר' נפתלי א תלמיד ביים רבי'ן וואס האט געהאט א זון וואס איז אוועקגעפאלן פון אידישן וועג, פלעגט ער דאווענען אז דער קינד זאל שטארבן; ער האט נישט געקענט צוקוקן ווי זיין זון פירט זיך אויף נישט אידיש, וכך הוה, דער קינד איז געשטארבן. האט אים רבי נתן פארגעהאלטן: "וואלסט געדארפט בעטן ער זאל תשובה טון, וואלט ער תשובה געטון", ווייל אז מען בעט פאר א קינד, קרוב אדער חבר זיי זאלן תשובה טון – פועל'ט מען.
אויך זאלסטו עוסק זיין אין פארשפרייטן פאר מלמדים און מחנכים וכדומה - די קונטרסים און ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן פון חינוך הילדים, עצות און הדרכה פאר מלמדים און מחנכים, ווי אזוי מען איז מחנך קינדער, ווי אזוי מען דארף אכטונג געבן נישט צו פארשעמען קינדער, און אז א קינד קומט פון א שטוב וואס זיי האבן געוויסע מנהגים אדער א געוויסע דרך - זאל דער מלמד דאס שעצן, און חס ושלום נישט אפלאכן, און אז די עלטערן פונעם קינד זענען אינטערעסאנט - דארפן די מלמדים און מחכנים וכדומה - שטיין על המשמר און באשיצן די קינדער, די קינדער זאלן זיך נישט נעמען אויף דעם קינד כחץ למטרה.
מוהרא"ש האט געשריבן הערליכע ספרים און הערליכע קונטרסים, אויך קומט ארויס כסדר פרישע ספרים, קונטרסים און גליונות; וואויל איז דעם וואס פארשפרייט דאס, וועט ער האבן א חלק און אויפבויען אזויפיל אידישע נשמות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
כתיבה וחתימה טובה.