תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א מלמד, און איך נוץ ברוך ה' די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז ווי אזוי מחנך צו זיין די טייערע קינדערלעך.
איך האב באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך, עס זענען דא קינדער וואס ווען איך געב זיי א קאמפלימענט, "דו ביסט זייער א וואויל אינגל", וועלן זיי אלץ ענטפערן, "איך בין נישט א גוטע אינגל"; אדער צום ביישפיל ווען איך זאג איינעם, "דו קענסט זייער שיין מאלן און קאלירן", וועט ער צוריק זאגן, "נישט אמת, איך קען נישט, איך קאליר זייער נישט שיין", און דאס גלייכן.
פון וואס קומט דאס? און ווי אזוי דארף איך רעאגירן צו דעם, אדער זאל איך זיך נישט וויסענדיג מאכן פון דעם?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ה' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דאס וואס דו פרעגסט, וואס איז פשט אז מען געבט א גוט ווארט פאר א קינד און ער זאגט: "דאס איז נישט אמת"?
עס קען זיין אפאר סיבות; אדער אז דער קינד האט אסאך געהערט שלעכטע ווערטער, עס קלינגט אים אין קאפ 'ביסט נישט גוט, ביסט א שלעכט קינד', און יעצט ווען ער באקומט א גוט ווארט, מען זאגט אים "ביסט גוט" - קלינגט אים די נישט גוטע ווערטער, דערפאר ווארפט ער דאס צוריק. אויך קען זיין אז מען איז מחנך קינדער מיט שקר, מען זאגט זיי שטענדיג "זיי ווי דעם קינד", "פארוואס ביסטו נישט ווי יענעם?" "איך וויל דו זאלסט זיין ווי דעם קרוב, דעם שכן"; איז אפילו מען זאגט אים נישט דירעקט אז ער איז שלעכט, ווייסט ער אבער ביי זיך 'כל זמן איך בין נישט ווי יענעם - בין איך שלעכט'.
אמאל קען אויך זיין א קינד וואס איז זייער הונגעריג פאר די גוט ווארט, און ער וויל דאס נאכאמאל הערן, דעריבער מאכט ער דאס אוועק, ער האפט אז מען וועט אים דאס נאכאמאל זאגן.
ווער נישט דערשראקן ווען א קינד ווארפט צוריק דעם גוט ווארט, געב א שמייכל און זאג אים נאך עפעס א גוט ווארט, ווייל גוטע ווערטער איז פון די וויכטיגסטע זאכן פארן לעבן, בפרט פאר קינדער, די גוטע ווערטער עפנט זייער מח און הארץ.
אויך זאלסטו שמייכלען צו דיינע תלמידים; דאס וועט זיי עפענען די מח און הארץ, זיי וועלן קענען מקבל זיין וואס דו לערנסט מיט זיי.
מוהרא"ש האט מיר אלץ געזאגט: "דו ביסט צו ערנסט, דיינע תלמידים וועלן זיך דערשרעקן און נישט קענען מקבל זיין", (ווען איך פלעג קומען צו מוהרא"ש - בין איך אלץ געקומען מיט אן ערנסטקייט). אזויפיל מאל האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "געב א שמייכל, זינג מיט דיינע תלמידים, מאך זיי פרייליך", נאר אזוי איז דא מוחין מקבל צו זיין וואס מען לערנט מיט זיי.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.