תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות פונעם ראש ישיבה שליט"א.
איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ביטע געבן חיזוק פאר שידוכים. איך בין שוין איבער ניינצן יאר און מיינע עלטערן זענען נאך זייער רואיג, זיי הערן יעצט ממש נישט אויס קיין שידוכים.
איך וויל שטארק חתונה האבן, אבער איך קען זיי נישט זאגן, ווייל זיי ווארטן צו הערן די פארקערטע, אז איך יאג זיך בכלל נישט, און זיי מאכן חוזק פון די וואס ווילן שוין חתונה האבן, מיין גאנצע משפחה מאכט חוזק דערפון, און אויך מיינע עלטערע געשוויסטער, זיי זאגן אז טאקע זיי האבן שטארק געוואלט חתונה האבן, אבער למעשה איז די שענסטע זאך צו זיין אינדערהיים, אפילו ברוך ה' זיי זענען גליקליך.
איך פיל אבער אז איך דארף שוין חתונה האבן, איך שפיר אז ווארטנדיג אויף מיין שידוך גייט עס אויפ'ן חשבון פון מיין איידלקייט און צניעות צווישן מענטשן.
ביטע אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען געבן חיזוק פאר מיר און פאר אלע וואס גייען דאס דורך.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
רעדט יא צו אייערע עלטערן, רעדט שיין און הארציג, זאגט זיי אז איר שפירט אז דאס מער ווארטן און דאס נישט אויסהערן קיין שידוכים - גייט אויפן חשבון פון אייער איידלקייט און צניעות. מיט אייערע געשוויסטער זאלט איר נישט רעדן דערפון, זיי וועלן נאר חוזק מאכן, אבער צו אייערע עלטערן איז יא כדאי צו רעדן, ווייל די עלטערן האבן יא רחמנות אויף די קינדער, און אז מען רעדט שיין און הארציג - פועל'ט מען, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ט:): "ניכרים דברי אמת", מען זעט אויף רייד אויב עס איז אמת; זיי וועלן זען אז איר מיינט עס ערנסט, איר ווילט חתונה האבן צו זיין ערליך און פיין; די ווערטער וועלן פועל'ן ביי זיי.
געבט אכטנג אויף כבוד אב ואם, די וועג ווי מען רעדט צו עלטערן מוז זיין זייער איידל און זייער דרך ארץ'דיג.
אויב איר וועט יא רעדן צו זיי אדער נישט רעדן צו זיי, דארפט איר וויסן אז א שידוך האט סיי ווי נישט מיט קיינעם צו טון, א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, און אז מען בעט אים מיט סבלנות, מען בעט שיינערהייט, מען בעט א מתנת חינם - איז מען זוכה צו א שידוך, אפילו די גאנצע וועלט שטעלט זיך קעגן דעם. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", מיר געפינען אין די תורה, נביאים און אין כתובים, אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן. אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז נאר דער אייבערשטער געבט שידוכים.
דעריבער זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף אייער שפראך, אויף מאמע לשון, אייגענע תפילות, פון הארצן: "רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל חתונה האבן, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין איידל, איך וויל זיין הייליג, איך וויל נישט קוקן און טראכטן פון פרעמדע, איך וויל מיין לעבן, מיין מאן, מיין געצעלט, העלף מיר טאטע, מאך א נס און געב מיר מיין שידוך"; אזוי זאלט איר בעטן, און לייגט צו אייגענע תפילות, ביז איר וועט זוכה זיין צו אייער שידוך.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.