שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס זאל מיין ווייב נישט טארן אנטון א שייטל?
צניעות, קדושה, קליידער, מורה דרך, משפחה, מנהגים, שמירת עינים, שייטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים, עס העלפט מיר גאר גאר אסאך, כאטש איך בין נישט אפיציעל א ברסלב'ער, דאך הער הערן די שיעורים כסדר, און איך שעפ פון זיי גאר אסאך עצות און חיזוק, און עס האט מיר שוין אסאך צוריק געהאלטן פון עבירות. דאס שרייב איך פשוט אז איר זאלט וויסן אז אייערע שיעורים טוען אויף באהאלטענערהייט אפילו ביי אזעלכע וואס זענען נישט אפיציעל דערקלערט ברסלב.


וויבאלד ממש יעדע נושא אין אידישקייט וואס איר רעדט דערוועגן, הער איך אין דעם אזא געוואלדיגע קלארע דעת תורה וואס איך הער נישט פון קיינעם, עס קלארט מיר אויס אזויפיל בלבולים וואס דרייט זיך מיר אין קאפ, דערפאר וויל איך פרעגן איבער אן ענין וואס שטערט מיר שוין גאר א לאנגע צייט, און דאס איז בנוגע דאס וואס איך וויל זייער אז מיין ווייב זאל גיין מיט א הוילע שייטל.


אין מיין סביבה בכלל, און אין מיין משפחה בפרט, איז זייער שטארק די צוגאנג אז די פרויען מען מוז גיין אזוי ווי די מאמע, עס איז ממש ווי די עשרת הדברות, און עס איז ווי א לעבל אויף די משפחה, "אונז" גייען אזוי, און גיין אנדערש פילט זיך ווי די גרעסטע עבירה אין די תורה, און אין די זעלבע צייט ביי די שכינים ידידים און אנדערע, וואס "זיי" גייען מיט א הוילע שייטל אדער ווייניגער צוגעדעקט, איז עס כשר וישר, און זיי זענען טאקע יראים ושלימים, אבער ווייל זייער באבע איז מיט פופציג יאר צוריק אזוי געגאנגען האבן זיי א גרינגערע תורה, און אלץ איז אין בעסטן ארדענונג, און איך וואס מיין באבע האט דעמאלט געוואלט זיין פרומער און זיך צודעקן איז דאס שוין געווארן א חיוב גמור אויף אלע דורות ווייטער, און אויב מ'טוישט איז מען שוין "אפגעפארן" אדער געפאלן? איך פארשטיי נישט ווי אזוי דאס ארבעט, עס זעט נישט אויס ריכטיג אין מיינע אויגן. פארוואס דארף איך זיך מער פלאגן מיט שמירת עינים ווייל מיין באבע האט אזוי געטון?


מען רעדט דאך פון א זאך וואס די גדולי ישראל נאכ'ן קריג האבן בפירוש נישט אויסגעשלאסן. און ווען איך וואלט נישט געקומען אין קאנטאקט מיט אזעלכע וואס גייען אויפגעדעקט וואלט עס נישט געצויגן אזוי שטארק, עס וואלט געווען גרינג מסיח דעת זיין דערפון, אבער למעשה האלט איך אין איין באמערקן, אפילו מיט'ן פרובירן צו האבן שמירת עינים באמערקט איך עס, עס מאכט מיר שווערע נסיונות.


איך ווייס נישט וואס צו זאגן פאר זיך אליין, איך פרעג זיך אליין פארוואס קומט זיך מיר נישט די הנאה פון מיין ווייב? פארוואס זאל מיין ווייב נישט גיין אנגעטון אויף א וועג אז איך זאל נישט דארפן קוקן אויף אנדערע? מה פשעי אז יענער קען האבן די הנאה און נאך זיין אפילו א חסידישער היימישער יונגערמאן און ביי מיר וועט דאס זיין די ערגסטע עבירה און איך בין א פאדארבענער מענטש פאר'ן עס נאר וועלן.


ווען עס וואלט זיך גערעדט פון אן איסור גמור וואס איך זע ביי יענעם, כאטש עס קען אויך מאכן קנאה ותאוה, ווייס איך כאטש וואס צו זאגן צו זיך אז דאס איז אן איסור און נעבעך אויף יענעם וואס פירט זיך נישט ערליך, אדער אפילו ווען עס רעדט זיך פון א חומרא מיט א קלארע מסורה, ווי למשל נישט צו לאזן די אייגענע האר, כאטש וואס עס איז יא דא געוויסע חסידישע וואס לאזן נאך פון דעם, און ממילא קען זיין א רייץ זיך נישט צו שערן, קען איך זיך אבער שטארקן אויף דעם, ווייל איך ווייס אז מיר גייען נאך די מסורה וואס ערליכע אידן האבן געהייסן און זיי האבן געוואוסט וואס איז גוט פאר אונז, איך ווייס פארוואס איך טו דאס, איך טו עס פאר'ן אייבערשטן, נישט פאר מיין מאמע, שוויגער, און אזוי ווייטער, אבער ביי די נושא וואס הערשט אזא צעמישטקייט אין די גאנצע זאך, עס ווענדט זיך נאר מיט די וועג פון "אונזער משפחה" אבער בעצם איז עס נישט קיין שום איסור, הייסט עס אז איך טו עס נאר ווייל איך אין מיינע אומשטענדן בין מער באגרעניצט, ווייס איך נישט ווי אזוי זיך מחזק צו זיין.


איך שטעל זיך פאר אז פאר אסאך מענטשן מאכט זיי נישט אויס אזוי שטארק אזוי צו אזוי, אבער ביי מיר איז אנדערש, עס ציט מיר יא שטארק די סארט שיינקייט פון א הוילע שייטל, עס מאכט מיר אסאך צער גאר אפט און איך קען נישט אויסגראדן מיינע מחשבות. איך האב שוין גאר אסאך מאל פרובירט צו מסיח דעת זיין פון דעם אבער אלץ קומט עס צוריק און עס שטערט מיר שטארק. איך קען נישט זען וועם אנדערש צו רעדן וועגן דעם. איך האב פרובירט צו זוכן אין פריערדיגע בריוו צו באקומען א קלארקייט איבער די נושא פון גיין מיט א הוילע שייטל, אבער איך האב נישט געטראפן וועגן דעם.


איך בעט אנטשולדיגונג פאר'ן אייך מטריח זיין, און איך האף צום אייבערשטן איר זאלט זיין דער גוטער שליח און איך זאל באמת גענצליך באפרייט ווערן פון דעם גלות הנפש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישטא קיין כלל ביי דעם. איך ווייס פעלער ביי אנשי שלומינו וואס זענען געקומען צו מוהרא"ש פרעגן אויב זיי קענען זיך אנטון אנדערש פון זייער משפחה, א טייל האט מוהרא"ש מדריך געווען אויף יא; מוהרא"ש האט זיי פונקטליך מדריך געווען ווי אזוי זיי זאלן דאס טון, ווי לאנג די שייטל זאל זיין וכו'. אזוי אויך זענען געווען משפחות וואס האבן זיך געוואלט אויסטון די צודעק פונעם שייטל און מוהרא"ש האט זיי מדריך געווען אז זיי קענען דאס טון. און אויך ווייס איך קלארע מעשיות וואס מוהרא"ש האט גע'עצה'ט נישט אויסטון די טיכל, גארנישט משנה זיין, נאר בלייבן מיט די לבוש אזוי ווי די מאמע גייט; דעריבער איז ראטזאם איר זאלט אריבער גיין צו אייער מורה דרך, אדער דיין וועם איר פרעגט אייערע שאלות, און ער וועט אייך מדריך זיין ווי אזוי איר זאלט זיך פירן.


דאס וויכטיגסטע זאך אין לעבן איז האבן א מורה דרך, אן ערליכער איד - וועמען מען פרעגט ביי יעדע טריט און שריט ווי אזוי זיך צו פירן. מען קען גיין מיט א טיכל, מען קען גיין מיט א שייטל; אויב מען לעבט אן א מורה דרך, מען האט נישט קיין וועג ווייזער א דיין אדער רב וכדומה וועם מען פרעגט און מען פאלגט - איז מען א הפקר מענטש און די קינדער וועלן זיך נישט האלטן אויף די אידישע וועג, און אז מען האט א מורה דרך, מאן און ווייב ביידע אינאיינעם האבן אן ערליכער איד וועם מען פרעגט - דאן איז גוט פאר זיי און גוט פאר זייערע דורות.


דעריבער זאלט איר פרעגן אייער רב, אייער דיין - וואס איר זאלט טון, ווי אזוי איר זאלט זיך פירן.


איין קליינע באמערקונג, דאס וואס דו שרייבסט: "פארוואס זאל מיין ווייב נישט גיין אנגעטון אויף א וועג אז איך זאל נישט דארפן קוקן אויף אנדערע? און פארוואס דארף איך מיך מער פלאגן מיט שמירת עיניים ווייל מיין באבע האט זיך אנגעטון א טיכל נאכן קריג?"


וויסן זאלסטו, ווי אזוי דיין ווייב וועט נאר גיין אנגעטון - וועסטו דארפן ארבעטן אויף שמירת עיניים, ווייל די אינגעלייט וואס זייערע ווייבער גייען אנגעטון מיט א שייטל - דארפן אויך ארבעטן אויף שמירת עיניים, די האבן אויך שווערע ביטערע נסיונות. פאר דיר דאכט זיך יעצט אז אויב דיין ווייב וואלט ווען געהאט א שייטל וואלט דיר געווען גרינגער, עס איז נישט אזוי; עס וועט דיר נישט קיין סאך העלפן אויף שמירת עיניים ווי אזוי דיין ווייב וועט זיך אנטון, אז דו ווילסט האבן ריינע אויגן - דארפסטו היטן דיינע אויגן, מוהרא"ש ברענגט א מאמר החכם: "אין חוצץ בפני התאוה כעצימת העינים" (עיין ספר חסידים, סוף סימן י), די בעסטע עצה צו באזיגן די תאוה איז אז מען זאל פארמאכן די אויגן.


דעריבער בעט איך דיר זייער, היט דיינע אויגן, אזוי וועסטו זיין צופרידן מיט דיין ווייב, מיט דיין לעבן; דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק. די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי ברכות א, ה) דער אייבערשטער זאגט: "אִי יְהַבְתְּ לִי לִיבָּא וְעֵינָא, אֲנָא יָדַע דְּאַתְּ לִי", אז דו געבסט מיר דיין הארץ מיט דיינע אויגן - ווייס איך אז דו ביסט מיינער; ווייל חס ושלום אויב מען איז מפקיר די אויגן, מען קוקט עבירות - ווערט מען א חסר דעה, מען ווערט משוגע. אזוי ווי עס שטייט (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", מוהרא"ש טייטשט, דאס מיינט מען אז דער וואס היט נישט די אויגן - ווערט משוגע רחמנא לצלן, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לו; עיין קיצור לקוטי מוהר"ן חלק א' סימן ס, אות ה): "רוב משוגעים ווערן משוגע פון תאות ניאוף".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.