תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
וואס קען איך טון אז איך בין שוין גענצליך מיואש? איך דריי זיך ארום אויף דער וועלט אן קיין שום מוט, איך בין זייער זייער צעבראכן.
פון איין זייט גייט מיר ברוך ה' זייער גוט, איך דאנק דעם אייבערשטן אויף די שיינע לעבן וואס איך האב, אויף די שיינע שטוב וואס איך האב, אויף מיין טייערע ווייב און מיינע ליכטיגע קינדער, אז איך האב זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן, פון מוהרא"ש, און פון ראש ישיבה שליט"א, די סעודות שבת אינדערהיים איז ברוך ה' גאר פרייליך און געשמאק, ממש פלאי פלאים; אבער איך פאר זיך אליין שפיר עפעס ווי איך האב נישט קיין שום ציל אין לעבן, איך ווייס נישט פארוואס איך לעב, איך האב עפעס אזא סארט געפיל אז איך בין שוין דערנאך, איך טראכט אסאך מאל אז איך האב געהאט עפעס א צוועק פארוואס איך לעב, אבער איך האב עס שוין פארפאסט.
די שלעכטע געפיל האב איך שוין פון פאר ראש השנה, איך בין זיך מחזק אז אויב לעב איך, איז זיכער אז דער אייבערשטער וויל מיך דא האבן, און אפשר איז דאס טאקע מיין עבודה, צו זוכן יעדן טאג א פרישע ציל און רצון צו לעבן, אבער איך שפיר ווי עס גייט זייער שווערליך.
אויך אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר מחזק זיין וואס איך דארף צו טראכטן ווען איך שרייב א בריוו פאר'ן ראש ישיבה שליט"א און איך באקום נישט קיין ענטפער, איך ווער זייער צעבראכן פון דעם, כאטש וואס איך בין זיך מחזק מיט אלע בריוו אז אלעס איז געשריבן ממש פאר מיר, אבער למעשה געבט עס מיר א ציפ אין הארץ, איך בין ממש א גארנישט, קיינער פארשטייט מיר נישט, און צום סוף זאג איך זיך אליין אז אויב איך האב טאקע באמת קיינעם נישט, וועל איך גיין נאר צום אייבערשטן אליין.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ה' פרשת לך לך, י"א מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר
דו ווילסט וויסן פארוואס דו לעבסט? דו לעבסט צו דינען דעם אייבערשטן, צו קענען גיין אין שול יעדן טאג, לערנען תורה, ברענגען דורות און זיי מחנך זיין צו גיין בדרך התורה; קיין אנדערע תכלית איז נישט פארהאן, נאר דאס איז די תכלית אויף וואס מען איז באשאפן געווארן, צו דינען דעם אייבערשטן, ארויסכאפן תורה יעדן טאג און טון גוטע זאכן.
דאנק דעם אייבערשטן - וועסטו אנהייבן גוט צו שפירן מיט זיך, דאנק דעם אייבערשטן - וועסטו שפירן א שטארקע נאנטקייט צום אייבערשטן, דו וועסט נישט שפירן ווי עפעס פעלט דיר, דאנק אים אז דו ביסט א איד, דו ביסט מקורב צום צדיק, אז דו האסט חתונה געהאט און דו האסט א משפחה, און דאס וואס איך ענטפער נישט וכו'; זיי מיך דן לכף זכות, עס איז כמעט נישט מעגליך פאר מיר צו ענטפערן די פילע בריוון וואס קומט אן יעדן איינציגן טאג, און זייער גוט טוסטו אז דו גייסט צום אייבערשטן אליינס.
דו דערמאנסט מיר א שיינע מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט, אמאל האט ער געדארפט פארשיקן א בחור פון ישיבה, דער בחור האט זיך אויפגעפירט מיט זייער נישט גוטע מידות, און ווען מוהרא"ש האט אים פארשיקט האט ער געזאגט פאר מוהרא"ש: "איך וועל זיך נישט צעברעכן אז מען פארשיקט מיך, ווייל איך האב דעם אייבערשטן אליינס, איך דארף נישט קיינעם, איך וועל גיין צום אייבערשטן וכו'"; מוהרא"ש האט אזוי הנאה געהאט פון דעם, מוהרא"ש האט געזאגט פאר די בחורים: "דאס וואס ער זאגט אז ער גייט זיך נישט לאזן פון קיינעם צעברעכן, ווייל ער האט דעם אייבערשטן מיט זיך און ער גייט גיין צום אייבערשטן אליינס - דאס האט ער געלערנט דא אין ישיבה, דאס האב איך אים געלערנט, אז אפילו אויב מלאכים און שרפים טון מדחה זיין דעם מענטש, מען זאגט אים 'מען דארף דיך נישט' - וועט ער נישט אפלאזן דעם אייבערשטן".
(למעשה איז ער נעבעך נישט געגאנגען צום אייבערשטן, ווייל צו קענען האבן די שטארק אמונה - דארף מען האבן דעם צדיק; והוה מה דהוה, ואין כאן המקום להאריך).
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.