שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס איז מיין מאן געפאלן אזוי נידריג?
שלום בית, סבלנות, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, אמונה, אידישע שטוב, נסיונות, מוסר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס טרערט מיר די אויגן און עס וויינט מיין הארץ, איך האב קיינמאל גע'חלומ'ט אז איך וועל אמאל זיין פון די פרויען וואס גייען זיך אויסוויינען אויף זייער מאן.


די לעצטע פאר וואכן האט מיין מאן אנגעהויבן רעדן אסאך שמוץ, עפעס וואס איז קיינמאל געווען בעפאר. איך בין מחונך געווארן פון אלס קליין קינד אז רעדן שמוץ און ניבול פה איז ערגער פון פייער, עס ברענט מיר מיין הארץ אזוי ווייט אז איך קען ממש נישט ווייטער רעדן מיט מיין מאן נאכדעם וואס ער רעדט ניבול פה. און ווען איך בעט זיך ביי אים ער זאל אויפהערן אזוי צו רעדן, העלפט עס גארנישט.


ער האט מיר אנגעהויבן בעטן איך זאל זיך אנטון אנדערש, נישט צניעות'דיג, אדער עפעס וואס וועט מצער זיין מיינע עלטערן, ביינאכט מאכט ער מיר משוגע אז ער וויל אהער און אהין. און אז איך זאל זיך קויפן נייע נאכט קליידער אזוי ווי די גוים, עפעס וואס איז אים אפילו נישט אנגעגאנגען אמאל, ער האט ניטאמאל געוואוסט וואסערע סארט קליידער איך גיי, אדער וועלכע פארב עס איז.


ער רעדט צו מיר אסאך וועגן די גוי'טעס אין שטאט, ווי שיין זייער האר איז, ווי אזוי זיי גייען אנגעטון, און פארוואס איך גיי נישט אזוי אנגעטון, און אזוי ווייטער. איך וויל ווייטער גיין אנגעטון איידל און הייליג אזוי ווי ביז יעצט.


זיין יראת שמים איז ממש פארשוואונדן געווארן, ער האט נישט קיין געדולד צו מיר און צו מיין בעבי, ער איז אינדערהיים זייער ווייניג, ער ענטפערט מיר כמעט נישט ווען איך רוף אים, מיין אפעטיט איז מיר אראפ, איך שלאף נישט ביינאכט, איך וויין אן א שיעור פון פחד וואס גייט זיין נעקסט. און צו דעם אלעם ווארט איך אויף א שמחה בקרוב. מיין מח לויפט א גאנצן צייט אז באלד גיי איך זיין צעטיילט, גע'גט, און איך גיי האבן צוויי קליינע קינדערלעך אליין.


יעצט ערב פסח, אנשטאט צו זיין פרייליך אז איך האב א ריינע הויז און אז עס קומט אזא לעכטיגע יום טוב, זיץ איך און איך וויין. ווען מיין מאן קומט אהיים פרוביר איך מיט אייזערנע כוחות צו שמייכלען און אים אויסהערן, איך טו זיך אן שיין און פארב זיך די פנים, אבער אין ווייניגער פון פינף מינוט איז ער שוין אינדרויסן פון שטוב.


ווען איך פרוביר רעדן מיט אים ביינאכט, טענה'ט ער אז ער איז מיד און ער דארף שוין אויפשטיין צו די ארבעט; און אויב הערט ער אז איך וויין ביינאכט, שרייט ער אויף מיר אז אויב איך ווער נישט שטיל וועט ער מיר שלאגן, און עס איז טאקע אזוי געווען, אדער סטראשעט ער מיר אז ער וועט אויפוועקן מיין בעבי אז איך זאל נישט קענען שלאפן ביינאכט. בקיצור, די לופט ארום מיר איז שווארץ, איך פיל ווי עס ענדיגט זיך מיר די ריינע לופט, און אז עס גייט עפעס שלעכט געשען.


ער האט אנגעפאנגען א נייע ארבעט אויף א פלאץ מיט מענטשן אן יראת שמים, און אזוי אויך ארבעט דארט א שווארצע גוי'טע. איך בעט זיך ביי אים ער זאל אפלאזן די ארבעט, אבער ער טענה'ט אז נאך אביסל גייט ער ווערן א מענעדזשער, און דעמאלט גייט ער שוין נישט האבן צוטון מיט זיי, אבער די תירוץ איז שוין לאנג אפגעלאפן.


הלואי זאל איך זוכה זיין דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר מחזק זיין און ארויסנעמען פון מיין שווערע מצב. אזוי אויך וויל איך בעטן דער ראש ישיבה שליט"א זאל מחזק זיין מיין מאן, ער האט זייער ליב דעם רבינ'ס דיבורים. איך בין זיכער אז א בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א וועט אים צוטרייסלען די הארץ.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת טהרה, י' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר גייט אריבער פאסירט ליידער ביי אסאך שטיבער, די נסיונות זענען היינט זייער גרויס. מוהרא"ש זאגט, נישט געווען אין די וועלט אזעלכע נסיונות ווי עס איז היינט דא; ביים דור המבול און ביי די דור הפלגה איז נישט געווען די נסיונות וואס א אינגערמאן גייט היינט אריבער.


ערשטנס וויל איך אייך בעטן איר זאלט זיך נישט פארלירן, איר דארפט זיך זייער שטארקן מיט אמונה, גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבערשטער היט אייך, און דער אייבערשטער וועט אייך נישט פארלאזן; ווייל זיין פארלוירן און לעבן מיט פאניק וועט גארנישט העלפן, עס וועט נאר ערגער מאכן.


צווייטנס, איר זאלט יעצט נישט זאגן מוסר פאר אייער מאן, ווען א מענטש איז שיכור אדער פאר'סמ'ט קען מען אים נישט זאגן מוסר, יעצט קענט איר נאר שמייכלען צו אים, און אים ווייזן, אים געבן צו שפירן - ווי איר זענט מיט אים, על כל פנים זיך מאכן דאס מערסטע וואס איז שייך, און אז ער פארלאנגט זאכן וואס איז קעגן די תורה, דארף מען מיט חכמה זיך ארויסדרייען, דאס הייסט נישט שטעלן א ווידערשטאנד און זאגן: "מען טאר נישט!" "מען מעג נישט!" נאר מיט חכמה זוכן תירוצים פארוואס מען קען עס נישט טון.


איך ווייס אז עס גייט אייך זיין זייער שווער צו נעמען דעם גאנג, דאס לעבן איז אייך פארטונקלט געווארן, עס איז זייער שרעקעדיג, אבער ההכרח לא יגונה, אז מען האט נישט קיין ברירה - טוט מען וואס מען דארף צו טון.


ווען קיינער זעט נישט, ווען אייער מאן איז נישט אין שטוב - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן עס זאל אריינגיין אין אים א רוח טהרה ממרום, בעטס דעם אייבערשטן אין אייער שפראך, אויף אייער מאמע לשון: "הייליגער באשעפער העלף מיר, געב מיר אן ערליכע שטוב, מיין מאן און מיינע קינדער זאלן זיין אפגעהיטן פון שלעכטס, איך מיין מאן און די קינדער זאלן לעבן מיט אמונה, לעבן מיט די תורה, לעבן מיט יראת שמים. הייליגער באשעפער איך בין אזוי דערשראקן, מיין מאן רעדט נישט איידל, און די פלאץ וואו ער ארבעט האט א נישט גוטע השפעה אויף אים, איך בעט דיר אייבערשטער, ראטעווע מיר מיין שטוב, ראטעווע מיין מאן פון שלעכטס, איך וויל בויען א משכן פאר די שכינה הקדושה, האבן א שטוב מיט קינדער וואס מען לעבט מיט די תורה, מען לעבט מיט צדיקים, מען לעבט מיט יראת שמים".


איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן מיט שמחה, ווייל די תפילות וואס מען בעט מיט שמחה - איז זיס און געשמאק פארן אייבערשטן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות תפילה, סימן פא): "תְּפִלָּה שֶׁהִיא בְּשִׂמְחָה", ווען מען בעט דעם אייבערשטן מיט שמחה, "הִיא עֲרֵבָה וּמְתוּקָה לַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", די תפילות זענען זיס און איינגענעם ביים אייבערשטן, און ווען איר וויינט – זאלט איר נאר וויינען פון שמחה, נאר זיסע טרערן, די ביטערע טרערן איז נישט די ריכטיגע, מען דארף זיין פרייליך, גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבערשטער היט און ער וועט נישט פארלאזן, און מען בעט אים א מתנת חינם; דעמאלט זעט מען ניסים.


איך שיק אייך א בריוו איר זאלט דאס געבן פאר אייער מאן.


נאכאמאל וויל איך אייך שטארקן מיט די ערשטע נקודה, זיך נישט פארלירן און זיך זייער שטארקן מיט אמונה, ווייל אין דעם איז אלעס געוואנדן, מיט אמונה איז ליכטיג, מיט אמונה זעט מען ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.