שאלה אין קורצן ענין
#1 - רעדן צום אייבערשטן פאר'ן שלאפן?
חיזוק פאר מיידלעך, כיבוד אב ואם, תפילה והתבודדות, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א תלמידה אין בית פיגא פון בני ברק, איך בין זיבן יאר אלט; ש'כח פאר בית פיגא, איך האב זייער הנאה אין בית פיגא, ש'כח אייבערשטער איך האב זייער א גוטע לערערין און גוטע חבר'טעס, יעדע נאכט פאר איך שלאף איין שלעפ איך ארויף די דעקע אויפ'ן קאפ און איך רעד צום אייבערשטן, אזוי ווי די לערערין האט אויסגעלערנט, יישר כח ראש ישיבה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, י"א מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


 


... תחי', תלמידת בית פיגא בני ברק


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער גוט טוט איר אז איר רעדט צום אייבערשטן איידער איר גייט שלאפן, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן סח), אז דער עיקר התבודדות האט דוד המלך געמאכט אין בעט; ער האט אזוי געטון, ער האט ארויפגעשלעפט די דעקע אויפן קאפ און גערעדט צום אייבערשטן, אזוי ווי דוד המלך זינגט אין תהלים (ו, ז): "אַשְׂחֶה בְּכָל לַיְלָה מִטָּתִי", איך וויין צום אייבערשטן אין מיין בעט, איך שמועס זיך אויס מיין הארץ אין בעט, "בְּדִמְעָתִי עַרְשִׂי אַמְסֶה", מיט מיינע טרערן מאך איך נאס מיין בעט.


זעט צו העלפן אייער מאמע און זעט צו פאלגן אייער לערערין, וועט איר אויסוואקסן א גרויסע צדיקת.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.