בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיט אביסל חכמה קען א פרוי מאכן דאס לעבן פאר א גן עדן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב, וויכוחים, היכל הקודש, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


היכל הקודש איז א זאך וואס דארף נישט שטערן דעם מאן, ווייל וואס איז דען היכל הקודש? אין היכל הקודש לערנט מען אמונה, שמחה און התבודדות ותפילה; די זאכן דארפן נישט שטערן דעם מאן. אויך רעדט מען אסאך פון שלום בית, אז דער אייבערשטער רוט נאר דארט וואו עס איז דא שלום, מען רעדט זייער אסאך פון מוותר זיין איינער פאר'ן צווייטן און מאכן א פלאץ פאר די שכינה הקדושה, און אזוי וואקסן אויף די קינדער געזונט; די זאכן דארף נישט שטערן דעם מאן, יעדער מאן וואלט געוואלט אז זיין ווייב זאל האבן א שטארקע אמונה, זיין שטענדיג פרייליך און האבן א גוטע שלום בית.


אז אייער מאן נרו יאיר זאגט אייך אז ער וויל נישט איר זאלט זיין א ברסלב'ער און ער וויל נישט איר זאלט זיין היכל הקודש, זאלט איר אים זאגן: "מיין טייערער מאן איך וועל טון דיין ווילן, איך וועל טון וואס דו זאגסט".


עס שטערט אים זיכער נישט די חיזוק וואס איר נעמט פון היכל הקודש און אויך נישט די חיזוק ווי אזוי צו זיין א גוטע ווייב וכו', עס איז נאר די זאך וואו מען געהערט וכו', וואס זאגט מען פאר חברים וכו', וואס וועלן חברים זאגן אויף אים וכו'.


פארלירט אייך נישט, איר זאלט שעצן אייער מאן און אים ארויפקוקן, איר זאלט אים געבן גוטע ווערטער און אים אויפבויען. רעדט נישט צו אים פון רבי'ן און נישט פון היכל הקודש, רעדט צו אים זיין שפראך, וואס ער האט ליב צו רעדן, און מיט חכמת נשים וועט איר האבן א זיסע לעבן.


מיט אביסל חכמה קען מען זיך מאכן די לעבן פאר א גן עדן. בפרט די פרוי, די עקרת הבית - זי קען מאכן איר שטוב זאל זיין א פלאץ פאר השראת השכינה, די תורה לערנט אונז אז א פרוי האט די כח צו משכנע זיין דעם מאן אויף וואס זי וויל. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד שֶׁהָיָה נָשׂוּי לַחֲסִידָה אַחַת" עס איז געווען אן ערליכער איד וואס איז געווען חתונה געהאט צו אן ערליכע פרוי, "וְלֹא הֶעֱמִידוּ בָּנִים זֶה מִזֶּה, אָמְרוּ, 'אֵין אָנוּ מוֹעִילִים לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא כְּלוּם', עָמְדוּ וְגֵרְשׁוּ זֶה אֶת זֶה" עס איז אריבער לאנגע יארן וואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער און זיי האבן זיך גע'גט. "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת" דער ערליכער איד איז געגאנגען און האט חתונה געהאט מיט א שלעכטע פרוי, "וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע" און זי האט געמאכט אז איר מאן דער צדיק זאל אויך ווערן א רשע. "הָלְכָה זֹאת וְנִשֵּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד" און די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א רשע, "וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק" און זי האט אים געמאכט פאר א גרויסער צדיק, "הֱוֵי שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה" זעט מען פון דעם אז אלעס איז געוואנדן אין די פרוי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.