בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן
טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים
איך הער זייער גוטע גריסן פונעם מנהל און מגיד שיעור אויף דיר, אז דו פירסט זיך מיט דרך ארץ און מיט גוטע מידות.
איך וויל דיר בעטן זאלסט זיך קובע זיין צו לערנען משניות, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין, זאג א פרק נאך א פרק, און הלואי אז דו וועסט זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות; אכצן פרקים משניות איז מטהר ומזכך די נשמה פון אלע פלעקן. מוהרא"ש זאגט, משניות איז אזוי ווי סטי"ל ווא"ל וואס נעמט אראפ אלע שמוץ פון כלים, אזוי אויך משניות, עס נעמט אראפ אלע שמוץ פון די נשמה. אפילו ווער עס איז נעבעך געפאלן אין שאול תחתית, ער זינדיגט אין עבירות, אין פגם הברית, אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג משניות בעקשנות, ער וועט זאגן יעדן טאג כמה פרקים משניות - וועט ער אלעס מתקן זיין.
דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.
רייכער נישט, עס איז נישט גוט, די אלע וואס רייכערן וויינען אז זיי ווילן אויפהערן, נאר די רגילות פון דעם וואס זיי האבן אנגעהויבן יונגערהייט - איז אזוי שטארק אז זיי בלייבן מיט דעם; איז ממש א שאד דו זאלסט יעצט אנהויבן פאר גארנישט און פאר נישט.
איך האף דו וועסט פאלגן און אוועק ווארפן דעם ציגארעטל.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.