בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איך פאר אוועק שאפן געלט פאר די מלמדים
שמחה, מוסדות, שבת קודש, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת משפטים, שובבי"ם, א' דר"ח אדר, שנת תשפ"ד לפ


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך געפארן געבן די ליל שישי שיעור אין לעיקוואד, מיר האבן געגעסן א סעודה לכבוד ראש חודש אדר, און דער אייבערשטער האט געגעבן גוטע דיבורים, מען האט גערעדט פון רבי'ן, און אז מען רעדט פון רבי'ן - טוען אלע תשובה; דער רבי האט געזאגט: "איך האב גע'פועל'ט ביים אייבערשטן, ווען מען וועט רעדן פון מיר וועט מען האבן א הרהור תשובה, מען וועט ווערן כקטן שנולד".


מיר האבן געלערנט די תורה פון "וְאֵלֶּה הַמִּשְׁפָּטִים אֲשֶׁר תָּשִׂים לִפְנֵיהֶם", (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן י'), דער רבי זאגט: "כְּשֶׁיֵּשׁ, חַס וְשָׁלוֹם, דִּינִים עַל יִשְׂרָאֵל, עַל יְדֵי רִקּוּדִים וְהַמְחָאַת כַּף אֶל כַּף נַעֲשֶׂה הַמְתָּקַת הַדִּינִין", וואס טוט מען ווען עס איז דא דינים? דורך טאנצן און פאטשן גייען אוועק די דינים, אז מען איז פרייליך גייט מען ארויס פון אלע צרות; די שלום בית ווערט גוט, די פרנסה ווערט ברייט, און בעיקר - מען קען גרינגער באזיגן דעם יצר הרע ווען מען איז פרייליך, ווען מען פאטשט און מען טאנצט.


די וואך שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך פאר אוועק שאפן געלט פאר די מלמדים, איך האף דו ביסט מכיר טובה אז איך העלף דיר, איך פאר אוועק פון שטוב אנשטאט דיר; עס וואלט ווען געדארפט זיין אז דו זאלסט זיין דער וואס איז פארנומען זוכן א וועג פאר דיינע קינדער זיי זאלן האבן א מלמד מיט א לערערין וכו', למעשה פָּארע איך זיך פאר דיר; מיט אלע כוחות שאף איך געלט פאר דיינע קינדער, זאלן האבן מלמדים און לערערינס.


זיי פרייליך, זיי זיך מוסר נפש אויף דעם, בפרט אין שבת קודש; שבת דארף מען זיין נאר פרייליך, קריג זיך נישט מיט קיינעם, בפרט אין שטוב זאל זיין נאר שלום.


א פרייליכן שבת, א גוטן חודש.