בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אוי וויי, אוי וויי, א מאמע שלאגט מען?!
כיבוד אב ואם, הפצה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דו האסט נישט קיין אנונג דיינע זכותים וואס ווארט דיר אפ אויף יענע וועלט פון מזכה זיין את הרבים מיט די בריוו פון עצתו אמונה; הונדערטער און טויזנטער מענטשן האבן אזויפיל חיזוק וועכנטליך און טאג טעגליך מיט די נייע ספרים, די בריוו פון עצתו אמונה, גענומען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס האט אונז אראפגעברענגט דעם הייליגן רבינ'ס תורות אויף לעובדא ולמעשה.


אויך די עצתו אמונה פאר קינדער איז עפעס אויסנאם שיין, די קינדער באלעקן זיך די פינגער מיט די מעשה און בילד, אלע קינדער ווארטן און פרעגן אויב די וואך וועט אויך זיין א מעשה מיט א בילד. דאס דערציילן די עלטערן שבת פאר די קינדער, אויך אין תלמוד תורה ביי די אינגלעך דערציילן דאס די מלמדים, און אין בית פיגא מאכן זיי די בילד אין גרויס, מען קאלירט דאס און מען לערנט דאס, עס איז א גאנצע לימוד, די גאנצע וואך דרייט זיך ארום די מעשה.


געב איבער א גרויסן שכוח פאר אברהם אליהו נרו יאיר פארן באצאלן דעם מעלער, דאס איז א גרויסע זכות; די מעשיות נעמט מען צאם און מען דרוקט דאס, און מען וועט דאס דרוקן און דרוקן פאר די קומענדיגע דורות.


די וואך בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד פון דעם צדיק דער באבא סאלי זכותו יגן עלינו, ווי ער זיצט ביי זיך אין שטוב, דער ספר ליקוטי מוהר"ן ליגט אויפן טיש (עס איז ידוע אז שטענדיג איז געלעגן ביים צדיק דער ספר ליקוטי מוהר"ן אויפן טיש), און פון די אנדערע זייט פון טיש שטייט אן עלטערע פרוי, געבינדן די קאפ מיט א טיכל, מיט קנייטשן אויפן שטערן, ווי זי וויינט, און נעבן איר פון דער זייט שטייט א הויכער מענטש, מיט א קליינע קאפל, מיט די הענט אין טאש, מיט א נישט פרייליכע פנים.


די פרוי שטייט און כליפעט... זי וויינט: "רבי העלף מיר, איך בין אן עלנדע פרוי, מיין מאן לעבט שוין נישט, און מיין זון שלאגט מיך און ער שטויסט מיך... רבי איך האלט נישט אויס... רבי, מיין זון, ער וויל מיך הרג'ענען..."


טייערע קינדער, די וואך דערציילן מיר א שרעקעדיגע מעשה וואס האט פאסירט ביים צדיק דער באבא סאלי זכותו יגן עלינו. צום ערשט ווילן מיר פרעגן, ווער ווייסט וואס מיינט באבא סאלי?


דער צדיק רבי ישראל אבוחצירא זכותו יגן עלינו איז געווען רב אין מאראקא, אין די שפראך מאראקיש איז באבא א 'חכם', און סאלי איז 'אידן', די חכם פון די אידן. נאכדעם איז ער געפארן קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין די שטאט נתיבות, דארט האט דער צדיק געדינט דעם אייבערשטן און אידן זענען געקומען צו אים בעטן ברכות און ישועות.


איין טאג קומט אריין אן אלטע פרוי מיט א הויכער מענטש, די אלטיטשקע פרוי האט אויסגעפלאצט אין א געוויין: "רבי, איך בין אן עלנדע פרוי, מיין מאן לעבט שוין נישט, און מיין זון שלאגט מיך און ער שטויסט מיך... רבי איך האלט נישט אויס... רבי, מיין זון, ער וויל מיך הרג'ענען..."


דער צדיק האט אנגעהויבן וויינען, ער האט זיך ממש געשטיקט מיט וויינען: "אוי וויי... אוי וויי... וואלט איך געהאט א מאמע וואלט איך איר געהאלפן, איך וואלט געזיצן מיט איר, איך וואלט געגאנגען שפאצירן מיט איר..." דער צדיק וויינט אויפן קול: "אוי וויי, אוי וויי, א מאמע שלאגט מען...?!"


דער זון האט געהערט ווי דער צדיק וויינט האט עס אנגערירט זיין נשמה און ער האט גלייך תשובה געטון, ער רופט זיך אן צום צדיק: "איך זאג צו, איך וועל מער קיינמאל נישט שלאגן מיין מאמע, איך וועל איר מער נישט וויי טון, איך וועל שוין זיין א גוטער איד".


טייערע קינדער, מיר אלע זאגן אויך צו: "מיר וועלן קיינמאל נישט שלאגן א מאמע, מיר וועלן קיינמאל נישט וויי טון א מאמע, מיר וועלן זיין גוטע אידן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.