בעזרת ה' יתברך
יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
...
ליבער ברודער, ווען מען איז שוין אין אומאן דארף מען נאכאלץ רחמי שמים נישט צו ווערן נתרחק פון צדיק, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן עב), אמאל פאסירט ווען מען איז שוין ביים צדיק דיקא, דארט ווערט מען נתרחק דורך לצים, דורך הערן ליצנות השם ישמרינו; על כן בעט איך דיר, אנטלויף פון די וואס האבן מיט פאליטיק, גיי נישט דאווענען אין א מנין וואו עס זענען דא לצים, גיי נישט צו זיי, זוך אויף אן ערליכע חבורה וואו מען פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות, אן חכמות; און זיכער אז דו האסט געטראפן א פלאץ וואו מען איז דיך מקרב צום אייבערשטן, מען איז דיך מחזק צו לערנען אויפן רבינ'ס סדר דרך הלימוד פון לערנען אסאך תורה אפילו מען איז נאכנישט זוכה צו פארשטיין (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), זאלסטו זיך דרייען מיט זיי, און זאלסט וויסן אז אויך ביים צדיק אין אומאן קען מען אלעס פארלירן דורך הערן לשון הרע און ליצנות; ליבער ברודער, דו זאלסט זיך זייער אכטונג געבן, ווייל אמאל קען א קליינע האנט אלעס פארשטעלן, דאס הייסט, א לץ מאכט א תנועה מיט די האנט, א תנועה פון אוועק מאכן, פארשטעלן אלע עצות און חיזוק אין עבודת השם.
גיי נישט זוכן נייעס אין אומאן, גיי נאר צום ציון און צו דיין שול וואו דו דאווענסט, און צו דיין אכסניא, גיי נישט צו דעם און יענעם, אין אומאן איז גארנישט דא, נאר די ציון, די ד' אמות וואו דער הייליגער רבי ליגט; אלעס אנדערש זאל דיך נישט אינטערעסירן.
א כתיבה וחתימה טובה.