בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
.... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי זיך זייער אז דו שטארקסט זיך מיטן הייליגן רבינ'ס עצות, דו לערנסט און דו דאווענסט, אבער איין זאך וויל איך נאך ביי דיר פועל'ן, דו זאלסט נישט קוקן קיין מאוויס און נישט קיין פלעיס; איך בעט דיר זייער, ווארף אוועק אלעס וואס דו האסט, אויך כשר'ע זאכן זאלסטו נישט קוקן, ווייל אזוי איז די וועג פונעם סמ"ך מ"ם, צו פארנארן און פארכאפן דעם מענטש אין עבירות, "היום אומר לו עשה כך, ולמחר אומר לו עשה כך, עד שאומר לו עבוד עבודה זרה" (שבת קה:), ערשט זאגט ער טו נאר דאס, שפעטער - טו נאר יענץ, ביז ער זאגט אים אלעס אפצולאזן השם ישמרינו; און דאס איז ביי קוקן, ערשט רעדט ער צו נאר צו קוקן קליפס פון עדווערטייזמענטס, שפעטער רעדט ער צו מען זאל קוקן פלעיס און כשר'ע אינטערטעינמענט, ביז ער ווארפט אראפ דעם מענטש אין קוקן די ערגסטע זאכן רחמנא לצלן.
ליבער ברודער הארציגער חבר, אויב מען היט נישט די אויגן, מען קוקט קליפס און מאוויס פון עבירות - פארלירט מען די אמונה, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן לא), אמונה און שמירת הברית גייען צוזאמען, אזוי ווי עס שטייט (תהילים פט, כט): "וּבְרִיתִי נֶאֱמֶנֶת לוֹ"; ווען א מענטש קוקט עבירות פאלט ער אראפ און ער איז פוגם בברית רחמנא לצלן, און ער פארלירט די אמונה, און אן אמונה איז מען א געשלאגענער, די לעבן ווערט פארטינקלט, און דאס מאכט מען זאל זיך פייניגן מיט שלעכטע מחשבות, דמיונות און פחדים; פרעג איך דיר, וואס ווילסטו אין לעבן, ווילסט זיך מוטשען דיין גאנצע לעבן? אדער דו ווילסט זיין פרייליך און צופרידן?
נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות און תפילה, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיך העלפן זאלסט קענען זיין שטארק נישט צו קוקן קיין עבירות, בעט אים: "רבונו של עולם, העלף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד; העלף מיר איך זאל נישט קוקן קיין מאוויס, איך זאל נישט קוקן קיין עבירות. איך ווייס נישט וואס צו טון, איך בין אזוי צוגעקלעבט צו קוקן מאוויס, איך קען זיך נישט ארויסזען פון דעם! איך ווייס דאס שעדליכקייט דערפון, איך ווייס אז עס איז נישט גוט, דאך איז מיר אזוי שווער; וויפיל איך מאך אפ אז איך גיי מער נישט קוקן - פאל איך אריין טיפער און טיפער.
הייליגער באשעפער העלף מיר, לייג אריין אין מיר א ריינקייט, לייג אריין אין מיר א הייליגקייט; לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים, געב מיר א נייע הארץ, וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי, באניי אין מיר א נייע ווילן, א נייע גייסט - איך זאל זיך עקלען פון קוקן מאוויס. עֲנֵנוּ ה' עֲנֵנוּ, העלף מיר אייבערשטער ענטפער מיר, נעם אן מיין געבעט. העלף מיר בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, בזכות דעם הייליגן רבי'ן רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו ובזכות אלע צדיקים, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ ה' צוּרִי וְגֹאֲלִי".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה.