בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אויף פסח וועט זיין, אבער ווי נעמט מען דעם פסח אליין?
פחדים, אמונה, הפצה, צדיקים, פסח, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ב' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים תלמידי היכל הקודש פון ירושלים, ה' עליהם יחיו.


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר וויייסן פון הייליגן רבי'ן און זיינע תלמידים; ווער עס לעבט מיט'ן רבי'ן האט אן אנדערע סארט לעבן, מען לעבט מיט א קלארע אמונה, מען ווערט נישט פארלוירן ווען עס גייט איבער שווערע צייטן, די אמונה איז אזוי קלאר, מען שפירט ווי דער אייבערשטער היט, דער אייבערשטער מאכט אלעס.


יעצט ווען די וועלט איז אין אזא שרעק זעט מען וואס דער רבי געבט אונז, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח', אות ח): "וְצָרִיךְ לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ 'שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת'", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ער צדיק וואס קען צוברענגען צו האבן א ריינע קלארע אמונה, "כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", ווייל אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה; דאס באקומט מען ווען מען ווערט מקרוב צום רבי'ן, אלע קשיות, ספיקות און בלבולים גייען אוועק און די אמונה שיינט און לייכט, מען לעבט מיט אן אמונה ברורה ומזוככת.


זארגט נישט פון וואו איר וועט האבן אויף צרכי פסח, אלע וועט איר האבן גרויס שפע; דער עיקר דארף מען זארגן ווען מיר וועלן שוין זוכה זיין צו זיין ערליכע אידן, פרייליכע אידן. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פאר איינעם וואס איז זיך געקומען אפרעדן צו אים אז ער האט נישט קיין געלט אויף פסח, רבי נתן האט אים מחזק געווען און געזאגט: "אויף פסח וועט זיין, אבער ווי נעמט מען דעם פסח אליין?" מען זעט בחוש אז ווען עס קומט אן דער יום טוב פסח האט למעשה יעדער איינער וויין, מצות און כל טוב וטוב; אידן פארטיילן שווערע געלטער פאר צדקה, מען טיילט מצות און אלע סארטן עסן וכו' וכו', האט רבי נתן געזאגט: "אויף פסח וועט זיין, אבער ווי נעמט מען דעם פסח אליין?" ווי נעמט מען דעם פֶּה-סָח - דאס רעדן צום באשעפער. מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר אז איך זאל זוכה זיין צו רעדן צו דיר און געדענקען אז קיינער קען מיר גארנישט טון, העלף מיר איך זאל געדענקען אז אלעס קומט פון דיר. העלף מיר באשעפער אז איך זאל האבן ריינע אויגן, א ריינע מח און א ריינע הארץ, העלף מיר איך זאל קענען אויסרייניגן מיינע אברים זיי זאל נישט זיין חמץ'דיג פונעם יצר הרע".


איך בענק זיך זייער נאך אייך, מיין הארץ איז מיט אייך; בפרט מיט די מפיצים וואס רוען נישט, נאר גיין טאג און נאכט פארשפרייט מען דעם הייליגן רבינ'ס עצות.


שטארקט אייך מיט אמונה פשוטה; מיר ווייסן גארנישט, מיר פרעגן גארנישט, מיר פארשטייען גארנישט און מיר ווילן נישט פארשטיין; מיר ווילן נאר טון וואס דער אייבערשטער הייסט און וויל.


שטארקט אייך אלע אין הפצה; יעצט איז א צייט וואס אלע וועלן נעמען די ספרים, מענטשן זענען זייער פארלוירן, מען זוכט אביסל חיזוק, נאר דער רבי האט חיזוק.


א גוט שבת.