בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד משפחת ... שיחיו
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
זיכער וואלט בעסער געווען ווען מען קען אריינלייגן אן עזות דקדושה אינעם קינד, אז ער זאל זיך נישט שעמען פון זיינע חברים אנצוטון צוויי פאר תפילין, דורך רעדן צו אים פון דאס גרויסקייט פון אנטון צוויי פאר תפילין רש"י און רבינו תם, אבער אז מען זעט אז ער שעמט זיך און די חבירים וועלן לאכן פון אים - איז נישט כדאי צו דוחק זיין את השעה.
דאס איז איינע פון די זאכן וואס האט אונז געשטופט צו עפענען ברסלב'ע מוסדות, אז די קינדער זאלן אויפוואקסן מיט א געפיל צום רבי'ן, און נישט האבן קיין בושה פון תפילין דרבינו תם, פון פארן אויף אומאן און אפגערעדט פון סדר דרך הלימוד וכו' וכו', ווייל דער רבי האט געהייסן מען זאל אנטון פון די בר מצוה ביידע פאר תפילין, און אז דער רבי האט אזוי געהייסן איז זיכער אז אזוי דארף מען טון. אויך רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות תפילין הלכה ה', אות כח): "וְעַל כֵּן כָּל מִי שֶׁרוֹצֶה לְקָרֵב אֶת עַצְמוֹ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְכוּ' צָרִיךְ לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם כְּמוֹ שֶׁהִזְהִיר רַבֵּינוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה אֶת אֲנָשָׁיו לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם", ווער עס וויל מקורב ווערן צום אייבערשטן זאל מקפיד זיין אנצוטון תפילין דרבינו תם, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט מזהיר געווען זיינע מענטשן; און קוקט אריין אין זיינע הייליגע ווערטער וואס ער שרייבט ווייטער, מורא'דיגע ווערטער (שם, אות כט): "וְעַל כֵּן עַכְשָׁיו בְּעִקְּבוֹת מְשִׁיחָא בְּסוֹף הַגָּלוּת צְרִיכִים לִזָּהֵר מְאֹד לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם כְּמוֹ שֶׁהִזְהִירוּ כָּל הַצַּדִּיקִים אֲמִתִּיִּים שֶׁהָיוּ בְּיָמֵינוּ", אין די היינטיגע טעג וואס מען האלט שוין ממש ביי די גאולה, מיר גייען שוין אט אט ארויס פון גלות, דארף מען זייער אכטונג געבן אנצוטון תפילין דרבינו תם, אזוי ווי אלע צדיקים האבן אונז מזהיר געווען, "כִּי עַכְשָׁיו הִתְגַּבֵּר הַבַּעַל דָּבָר מְאֹד מְאֹד מַחֲמַת שֶׁרוֹאֶה שֶׁקָּרוֹב לָבֹא קִצּוֹ", ווייל דער יצר הרע איז זיך זייער מתגבר זעענדיג ווי זיין סוף קומט שוין, דערפאר דארפן מיר האבן ביידע פאר תפילין זיך צו קענען קריגן מיט אים.
דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן זען אסאך נחת ביי דעם קינד און ביי אלע קינדער, אלע זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.