בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אויפזוכן די חסדים, נישט טראכטן פון פראבלעמען
אמונה, שלום בית, התחזקות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיינע ליבע טייערע ... נרו יאיר וזוגתו תחי'.


איך האף אז ענק האבן פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט, און ענק זאלן זיך נישט אראפקלאפן וכו'. איך האלט זייער פון ענק, ענק זענען ביי מיר זייער באליבט, און עס זאל ענק נישט אינטערעסירן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט וכו'.


ענקער עבודה אין די טעג איז לעבן מיט די תורה פון רבי'ן, לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קצה, (וסימנך 'הק"ץ', דו וועסט זען די ענדע פון אלע צרות), דער הייליגער רבי זאגט א וואונדערליכע זאך, אז אפילו ווען מען גייט אריבער צרות און יסורים – זאל מען גוט אויפזוכן די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים, ווייל אויך אין די צרה – טוט דער אייבערשטער העלפן און גוטס טון פארן מענטש.


דאס איז דיין עבודה, און נאר דאס; דו זאג פאר דיין ווייב זאכן וואס דו זעסט ווי דער אייבערשטער מאכט חסדים, און איר זאגט פאר אייער מאן זאכן אויף וואס צו דאנקען; ענק מוזן מסיח דעת זיין פון די פראבלעמען, מען טאר נישט טראכטן אזויפיל פון די פראבלעמען, מען מוז טראכטן פון די חסדים און די גוטס וואס דער אייבערשטער טוט.


א כתיבה וחתימה טובה.