בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת וישב, מכרכים החודש, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו
איך בעט אייך זייער, שטארקט אייך אינאיינעם, זייט אייך מחזק מיט די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן. געדענקט, אונזער הצלחה איז נאר אז מיר וועלן זיך ליב האבן און זיך ליידן; אז מיר וועלן זיך ליב האבן - וועלן מיר קענען אריינברענגען אורו של משיח, דעם רבינ'ס שכל - אין די גאנצע וועלט.
פארשטייט גוט, יעדער מענטש איז א שכל פרטי, יעדער מענטש האט זיין וועג ווי אזוי ער טראכט, זיין וועג ווי אזוי ער פירט זיך, מיר אלע קומען צום רבי'ן דער רבי זאל אונז היילן, דער רבי זאל אונז ברענגען צום תכלית, מיר זאלן טראכטן פון בורא כל עולמים. ווען מען נעמט זיך צאם א גאנצער עולם קען אויסקומען רייבערייען, דער שלעפט אהער, דער שלעפט אהין, יעדער איינער האט דאך זיין וועג פון טראכטן, אבער אז מען קוקט אויף די נשמה, מען קוקט אויף די תכלית; פארוואס מען האט זיך צאמגענומען - דעמאלט איז גוט, דעמאלט האט מען זיך ליב.
מיינט נישט אז איך בין ווייט פון ענק; מצד הגוף זענען מיר אביסל ווייט, אבער מיין הארץ, מיין מח - איז מיט ענק. איך האלט מיט יעדע ריר ביי אייך אין שול, די גבאים שרייבן מיר יעדע פרט ופרט, איך פריי זיך בעיקר מיט איין זאך, דאס איז ביי מיר דער עיקר; אינגעלייט און בחורים שרייבן מיר אז מען האלט זיך זייער באחדות, יעדער שפירט זיך גוט אין שול, מען שמייכלט איינער צום צווייטן, מען פארגינט זיך איינער דעם צווייטן; דעריבער שרייב איך אייך, זייט ממשיך מיט די וועג ווי אזוי איר פירט זיך - וועט דער בית המדרש אין ירושלים זיין א מאגאנעטישער פלאץ, עס וועלן קומען און קומען בחורים און אינגעלייט, אלע וועלן טרעפן חיזוק דארט.
יעצט קומט דער הייליגער יום טוב חנוכה, ביי אונז פירט מען זיך אנצוטון בגדי שבת ווען מען צינדט, מען דאווענט מעריב און מען גייט אהיים גלייך צינדן. מוהרא"ש איז געווען זייער ברוגז אויף די וואס פארן אוועק שבת חנוכה, לאזן איבער די ווייב און קינדער; מוהרא"ש זאגט, חנוכה איז א חינוך יום טוב, חנוכה איז א צייט וואס דער טאטע זיצט אין שטוב מיט די קינדער, מען פריידט זיך, מען זינגט און מען טאנצט אינאיינעם.
איך בין געווען די וואך ביי א נסיעה צו מקומות הקדושים, איך האב זייער הנאה געהאט פון די נסיעה, בעיקר צו זיין מיט אפאר חברים פון אונזער בית המדרש אין ירושלים. אינו דומה ווען מען זיצט אפאר טעג אינאיינעם, מען זיצט אינאיינעם, מען פארט גאנצע טעג און נעכט אינאיינעם, דעמאלט זעט מען דעם מענטש דורך און דורך, איך האב זייער הנאה געהאט.
מיר האבן גערעדט אויפ'ן וועג אסאך נקודות ווי אזוי א שול דארף זיך פירן, די גבאים וועלן אייך שוין איבערגעבן. איך וויל זייער שטארק אז דער שול אין ירושלים זאל זיך פירן מיט א מורא'דיגע דרך ארץ וואס מען זעט נישט ערגעץ אנדערש.
איך האב געהערט פון די גבאים בשעת די נסיעה אז איר ווארט זייער שטארק אויף א בריוו, דער גאנצער עולם וויל אזוי שטארק א בריוו; וועל איך פרובירן מיט אלע כוחות אייך צו שרייבן יעדע וואך א בריוו.
א פרייליכן שבת און א ליכטיגער חנוכה.