בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז דו וועסט רעדן צום באשעפער, וועסטו פון קיינעם נישט מורא האבן
פחדים, קינדער, תפילה והתבודדות, אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן, אמסטערדאם, אויפ'ן וועג קיין אומאן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך זיץ יעצט אויפ'ן עראפלאן, איך פאר מיט מיין זון ... קיין אומאן צום רבינ'ס ציון; איך גיי אסאך מתפלל זיין פאר דיר ביים רבי'ן, דו זאלסט נישט האבן קיין פחדים פון קיין שום זאך.


איך האב גערעדט צו דיין דרייווער, ער האט מיר צוגעזאגט אז ער גייט דאס קיינמאל נישט טון פאר דיר, ער גייט שוין אפילו נישט דערשרעקן. ער האט חרטה, ער גייט זייער אכטונג געבן אז אלע קינדער זאלן אנקומען אהיים.


דיר בעט איך זייער זאלסט חזר'ן אמונה, זאג צו זיך די ווערטער: "איך בין נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט מיר"; זינג זיך די ווערטער: "קיינער קען מיר גארנישט טון"; דאס וועט אויפבויען די אמונה, דו וועסט פון קיינעם נישט מורא האבן.


דער רבי האט געזאגט: "ווען איך וואלט געהאט א אינגל וואלט איך אים געשיקט אליינס אלס קליין קינד אין וואלד רעדן צום אייבערשטן"; דו ביסט שוין נישט קליין, דו ביסט יעצט געווארן זיבן יאר, דו ביסט שוין גרויס; אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן, דו וועסט רעדן צום באשעפער - וועסטו באקומען אזא שטארקייט, דו וועסט פון קיינעם מער נישט מורא האבן.