בעזרת ה' יתברך
יום ב' לסדר כי תבוא לאומאן, י"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן
... תחי'.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פארשטיי נישט פארוואס דו ביסט אזוי צעבראכן געווארן פון מיין בריוו; אויב דו קענסט נישט טון וואס איז ריכטיג, דו שפירסט ווי דו ווילסט נישט זיין צניעות'דיג, דו ווילסט טון זאכן וואס איז נישט ריכטיג - דארפסטו נישט ווערן פון דעם צעבראכן, דו קענסט בעטן דעם אייבערשטן זאלסט איין טאג וועלן זיין גוט און וועלן גיין איידל אנגעטון.
בנוגע פארבן די נעגל; איך זאג דיר נאכאמאל: 'נעיל פאליש איז א חציצה, א אידישע פרוי טאר נישט גיין מיט דעם', און אויב דו ווילסט יא לייגן נעיל פאליש זאלסטו כאטש וויסן וואס איז ריכטיג און אויף וואס צו בעטן. זאלסט בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן די שטארקייט דאס נישט צו לייגן.
איך האב רחמנות אויף דיר; דו ווערסט צעריסן, פון איין זייט האסטו דעם רבי'ן, דו ווילסט האבן די לעבן פון רבי'ן, דו ווילסט שפירן א טעם אין לעבן, א פרייליכקייט אין לעבן, אבער פון די אנדערע זייט ווען דו גייסט אהיים און דיין משפחה מאכט חוזק פון צניעות, זיי מאכן אוועק די שיינע אידישע לעבן - ווערסטו אזוי צעריסן אז דו האסט נישט קיין כח זיך צו דערהאלטן.
איך בעט דיר זייער, קלאפ זיך נישט אראפ; אפילו דו פאלסט דורך וכו' וכו' - איז דער אייבערשטער ווייטער מיט דיר, ער האט דיך ליב און ער ווארט דו זאלסט רעדן צו אים און אים בעטן ער זאל שטענדיג זיין מיט דיר.
בנוגע דיין שידוך וכו'; מען ווארט אויף דיר און אויף דיינע עלטערן, ווייל די אנדערע זייט איז גרייט צו גיין ווייטער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.