בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת וירא, י"ב מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי מיר זייער צו הערן די גוטע בשורה אז איר ווארט א שמחה וכו' און אז דיין ווייב שפירט זיך שוין אסאך בעסער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אלעס זאל אריבער גיין בנקל ובנחת.
איך האף אז דו האסט פארשטאנען פונעם שיעור - פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט - א תירוץ אויף דיין פראגע ווי אזוי מען קען אריין ברענגען אין שטוב - בפרט אין די ווייב – אמונה, אז זי זאל אויך לעבן מיטן אייבערשטן; אז דאס ווענדט זיך אינעם מענטש אליינס. אויב דער מאן איז אנגעפילט מיט אמונה, ער לעבט מיט אמונה, ער רעדט פון אמונה גייט דאס פון זיך אליינס אריין אין די ווייב און קינדער, אבער אז מען איז אליינס א שברי כלי, מען גייט ארום מיט ספיקות און בלבולים אין די אמונה, וועט די גאנצע שטוב ווערן בעצבות און מבולבל, אויף אזא אופן קען מען דאס נישט איבער געבן פאר די ווייב.
דער מאן איז דער קאפ פונעם משפחה און אלעס גייט נאכן קאפ; איז מען זוכה מען האט א צדיק וואס שיינט אריין אמונה, דעמאלט איז דער גאנצער שטוב א געבענטשטע שטוב און אלע הייבן אן לעבן מיט אמונה, ווייל ווי מער מען הערט פונעם טאטען ווי ער רעדט פונעם אייבערשטן, אלץ מער בויט זיך אויף די אמונה אין די גאנצע שטוב.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב): "אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְךָ בְּפִי", דוד המלך זאגט, מיט מיין מויל פארצייל איך פונעם אייבערשטן; אז מען רעדט פון אמונה איז דאס אליינס אמונה און דאס ברענגט מען זאל האבן אמונה. מען דארף שטענדיג רעדן פונעם אייבערשטן, ווען מען קען נאר זאל מען דערמאנען דעם אייבערשטן; מען פרעגט דיר: "וועסט קומען היינט נאכט?" ענטפער נישט: "יא", נאר ענטפער: "מיטן אייבערשטנ'ס הילף"; מען פרעגט דיר: "וואס מאכסטו? וואס הערט זיך?" ענטפער: "ברוך השם, געלויבט דעם אייבערשטן".
אז דו ווילסט אריין ברענגען אין שטוב אמונה דארפסטו אליינס האבן אמונה, מען קען נישט איבער געבן אמונה פאר א צווייטן נאר אז דער מענטש גלייבט מיט א קלארקייט אז אלעס אלעס איז דער אייבערשטער. מוהרא"ש טייטש מיט דעם פסוק (תהלים כה, ח): "טוֹב וְיָשָׁר ה' עַל כֵּן יוֹרֶה חַטָּאִים בַּדָּרֶךְ", ווען א מענטש וויל זיין א 'יוֹרֶה חַטָּאִים בַּדָּרֶךְ', ער וויל אריין ברענגען אין מענטשן דעם אייבערשטען, דארף קודם זיין ביי אים 'טוֹב וְיָשָׁר ה'' ער דארף וויסן ביי זיך אז דער אייבערשטער פירט די וועלט בצדק ובמשפט בחסד וברחמים, נאר אזוי קען מען אריין ברענגען אין אידישע קינדער די ריינע אמונה.
אזוי איז אויך מיט קינדער; אז מען וויל די קינדער זאלן לעבן מיט אמונה דארפן די עלטערן זיך איבער געבן צום אייבערשטן, דאן וועלן די קינדער אויך לעבן מיט אמונה. מען זען אז די קינדער זאלן כסדר הערן: "ברוך השם", "אלעס איז דער אייבערשטער"; אז עפעס גיסט זיך אויס אדער אז עפעס צעברעכט זיך, זאל מען הערן: "גם זו לטובה", "וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט"; ביים שבת טיש דארף מען דערציילן מעשיות פון אמונה, מעשיות פון תפילה, אזוי וועט אריין גיין אין זייער הארץ די ריינע אמונה.
אויף דיין שאלה ווי אזוי מען קען צוקומען צו זיין בשמחה; מען דארף אריין קלערן אין די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיטן מענטש און אים דאנקען אויף יעדן פרט; אז מען איז א איד, אז מען איז געזונט, מען האט א ווייב און קינדער וכו'. דערפאר בעט איך דיר זייער, שטארק דיר און זיי פרייליך; קוק די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר, דו האסט א טייערע ווייב מיט א ליכטיג קינד, דאנק דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר און וועט נאך טון מיט דיר, וועסטו ווערן פרייליך.
עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד מיטן נאמען ר' אהרן קובליטשער זכרונו לברכה, ער איז געווען זייער א פרייליכער איד און איז שטענדיג ארום געגאנגען מיט א שמייכל אפילו ער איז געווען א עני ואביון אז עס איז ממש נישט געווען וואס אריין צו נעמען אין מויל ביי אים אין שטוב. זיין ווייב פלעגט אים כסדר פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו פרייליך, מיר האבן דאך גארנישט?!" פלעגט ער איר שטענדיג ענטפערן: "דו גלייבסט אז עס וועט נאך אמאל זיין גוט? נו, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט; יעצט טאקע האבן מיר גארנישט, אבער עס וועט נאך גוט זיין און דעמאלט וועלן מיר האבן מיט וואס זיך צו פרייען, דערפאר בארג איך שוין אויס אביסל פון די שמחה פון דעמאלט".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.