בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר
עס איז אריבער נאך א יאר אויף דיר, נאך א יאר פון זיכוי הרבים, נאך א יאר פון אריינברענגען אין אידישע הערצער די ריינע אמונה. דאנק דעם אייבערשטן פאר די זכיה אז דיין ארבעט איז אריינברענגען "עצתו אמונה"; לידע ולהודיע אז נאר דאס איז די 'עצה', 'אמונה'; ווי מער מען נעמט אריין אמונה - ווערט מען אויסגעלייזט פון אלע פראבלעמען.
איך שיק דיר נאך א מעשה פאר די 'קינדער עצתו אמונה'; זע עס זאל אנקומען צו אונזערע מוסדות, סיי די אינגלעך, סיי בית פיגא, אין אלע שטעט, אלע מלמדים און לערערינס זאלן לערנען מיט די קינדער די מעשיות פון צדיקים, וואס מען לערנט זיך פון דעם גוטע מידות, יראת שמים און הייליגע אמונה.
די נאמען פון די מעשה איז: "אז מען טשעפעט ליידט מען". בעט דעם מעלער זאל מאלן א הינער שטייג מיט הינדלעך וואס ווילן אראפקומען, און ווי א פרוי האלט א לייטער עס זאל אויסזען ווי זי האט עס אוועק גענומען פון די הינער שטייג, אויך זאל זיין א כלי וואסער אויף דער ערד מיט הינדלעך אין פעלד.
טייערע קינדער, מען טאר נישט טשעפען חיות און פייגלעך, אויב מען טשעפעט זיי הויבן זיי אן וויינען, און דער אייבערשטער נעמט זיך אן פאר זיי און מען באקומט א שטראף.
אמאל איז געקומען א פארפאלק צום הייליגן צדיק דער אריז"ל, זיי האבן געבעטן דעם צדיק ער זאל זיי געבן א ברכה צו האבן קינדער, זאגט דער צדיק: "ענק קענען נישט האבן קיין קינדער וועגן ענק האבן אוועקגענומען די קליינע לייטער וואס די הינער פלעגן דורכדעם אראפקומען פון שטייג טרינקען וואסער, די הינער האבן יעדע מינוט צער און וויייטאג, דעריבער האבן ענק נישט קיין קינדער, גייט שוין אהיים און לייגט צוריק די לייטער אז די הינער זאלן קענען אראפקומען טרינקען וואסער און קענען צוריק גיין, אזוי וועלן ענק געהאלפן ווערן מיט קינדער".
די פארפאלק זענען אהיים און צוריק געלייגט די לייטער, און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן זיי האבן זוכה געווען צו האבן א שיינע משפחה מיט קינדער.
טייערע קינדער, פון די מעשה לערנען מיר אז יעדע זאך וואס פאסירט האט א סיבה, און אז מען טשעפעט א צווייטן, אפילו מען טשעפעט פייגלעך אדער חיות - קען מען באקומען א שטראף, און אז מען טוט תשובה, מען נעמט אוועק די צער פון זיי - העלפט דער אייבערשטער און מען זעט א ישועה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.