בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5 - אז מען טשעפעט, ליידט מען
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, טשעפען, בעלי חיים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


עס איז אריבער נאך א יאר אויף דיר, נאך א יאר פון זיכוי הרבים, נאך א יאר פון אריינברענגען אין אידישע הערצער די ריינע אמונה. דאנק דעם אייבערשטן פאר די זכיה אז דיין ארבעט איז אריינברענגען "עצתו אמונה"; לידע ולהודיע אז נאר דאס איז די 'עצה', 'אמונה'; ווי מער מען נעמט אריין אמונה - ווערט מען אויסגעלייזט פון אלע פראבלעמען.


איך שיק דיר נאך א מעשה פאר די 'קינדער עצתו אמונה'; זע עס זאל אנקומען צו אונזערע מוסדות, סיי די אינגלעך, סיי בית פיגא, אין אלע שטעט, אלע מלמדים און לערערינס זאלן לערנען מיט די קינדער די מעשיות פון צדיקים, וואס מען לערנט זיך פון דעם גוטע מידות, יראת שמים און הייליגע אמונה.


די נאמען פון די מעשה איז: "אז מען טשעפעט ליידט מען". בעט דעם מעלער זאל מאלן א הינער שטייג מיט הינדלעך וואס ווילן אראפקומען, און ווי א פרוי האלט א לייטער עס זאל אויסזען ווי זי האט עס אוועק גענומען פון די הינער שטייג, אויך זאל זיין א כלי וואסער אויף דער ערד מיט הינדלעך אין פעלד.


טייערע קינדער, מען טאר נישט טשעפען חיות און פייגלעך, אויב מען טשעפעט זיי הויבן זיי אן וויינען, און דער אייבערשטער נעמט זיך אן פאר זיי און מען באקומט א שטראף.


אמאל איז געקומען א פארפאלק צום הייליגן צדיק דער אריז"ל, זיי האבן געבעטן דעם צדיק ער זאל זיי געבן א ברכה צו האבן קינדער, זאגט דער צדיק: "ענק קענען נישט האבן קיין קינדער וועגן ענק האבן אוועקגענומען די קליינע לייטער וואס די הינער פלעגן דורכדעם אראפקומען פון שטייג טרינקען וואסער, די הינער האבן יעדע מינוט צער און וויייטאג, דעריבער האבן ענק נישט קיין קינדער, גייט שוין אהיים און לייגט צוריק די לייטער אז די הינער זאלן קענען אראפקומען טרינקען וואסער און קענען צוריק גיין, אזוי וועלן ענק געהאלפן ווערן מיט קינדער".


די פארפאלק זענען אהיים און צוריק געלייגט די לייטער, און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן זיי האבן זוכה געווען צו האבן א שיינע משפחה מיט קינדער.


טייערע קינדער, פון די מעשה לערנען מיר אז יעדע זאך וואס פאסירט האט א סיבה, און אז מען טשעפעט א צווייטן, אפילו מען טשעפעט פייגלעך אדער חיות - קען מען באקומען א שטראף, און אז מען טוט תשובה, מען נעמט אוועק די צער פון זיי - העלפט דער אייבערשטער און מען זעט א ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.

#4 - בעסער נישט הענגען בילדער פון חיות טמאות
חינוך הילדים, בילדער, בעלי חיים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת, ב' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בעסער נישט אנקלעבן די שטוב מיט סטיקערס פון חיות טמאות, ענדערש ווייזן פאר די קינדער כשר'ע חיות און כשר'ע בהמות.


דער חזון איש זכר צדיק לברכה האט געזאגט פאר די מנהלים פון חדרים זאלן אויפהענגען בילדער פון צדיקים, אזוי וועלן די קינדער קוקן אויף די בילדער, וועט דאס מאכן א גוטע רושם אויף זיי. די זעלבע איז פארקערט, אז מען קוקט זיך איין אין בילדער פון חיות טמאות - מאכט עס נישט קיין גוטע רושם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - האלטן בעלי חיים אין שטוב, ברענגט צרות
צרות, בעלי חיים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


טראג אוועק אלע בעלי חיים פון שטוב, מען ליידט אסאך צרות אז מען האט בעלי חיים אין שטוב פון די עבירה פון צער בעלי חיים.


געב זיך אפ מיט דיינע קינדער און לאז די פארמערס האדעווען הינער וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - שפילט נישט מיט קיין קעץ
תהלים, שמחות, בעלי חיים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, שובבי"ם, כ' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זאגט תהלים, און אז איר האט שוין געענדיגט כמעט צוויי הונדערט מאל. ווען איר זאגט תהלים – זאלט איר אריינפלעכטן אייערע אייגענע לויב ווערטער און אייגענע בקשות, עס מאכט א גרויסע רעש אין הימל ווען מען לויבט און מען בעט דעם אייבערשטן אינאיינעם מיט תהלים.


שפילט נישט מיט קיין קעץ; גלעט זיי נישט און האט גארנישט מיט קיין בעלי חיים, בפרט אין די חדשים וואס מען ווארט למזל טוב - דארף מען זיך אויך אכטונג געבן נישט קוקן אויף טמא'נע בעלי חיים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - אכטונג געבן צו געבן עסן און טרינקען פאר די הינער
בעלי חיים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר.


איך הער פון דיין מלמד זייער גוטע זאכן אויף דיר; אז דו לערנסט, דו דאווענסט און דו פירסט זיך מיט דרך ארץ. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


האסט מיר געפרעגט אויב דו קענסט האבן הינדלעך ביי דיר אין שטוב; עס איז נישט קיין פראבלעם צו האדעווען הינער, מען דארף נאר זייער אכטונג געבן זיי צו געבן עסן און טרינקען און זיי זאלן האבן וואו צו שלאפן ביינאכט.


גיי אביסל שפאצירן אין פעלד; ארום דיין שטוב האסטו שיינע פעלדער, דארט זאלסטו זינגען צום אייבערשטן און וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן נאר פון אים.