בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז מ'וועט זיך פירן בצניעות, וועלן די קינדער זיין גרויסע צדיקים
קינדער, צניעות, חיזוק פאר פרויען, רפואה, שערן די האר, עין הרע

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס; דער אייבערשטער זאל העלפן זי זאל טראגן גרינג און האבן גרינג, אלעס זאל אריבערגיין גרינג, מיט נחת און גרויס פרייד.


בנוגע אויב זי זאל זיך אויך אפשערן אין די חדשים וואס זי ווארט וכו'; אודאי זאל זי זיך אפשערן איר האר אין די חדשים, אויב עפעס איז אין די חדשים וויכטיגער זיך אפצושערן די האר, אזוי וועט דער קינד זיין א גרויסער צדיק. ווייל דער הייליגער זוהר זאגט זייער שארף אויב א פרוי גייט מיט האר, דער זוהר זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס"; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער, מדה טובה מרובה, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען, זי שערט זיך אפ אירע האר - וועט האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער, אירע קינדער וועלן יא חשוב זיין.


בנוגע אויב זי זאל מקפיד זיין ביים שלאפן צו גיין צוגעדעקט די קאפ; קוק וואס די הייליגע חכמים זאגן (יומא מז.): "שִׁבְעָה בָּנִים הָיוּ לָהּ לְקִמְחִית", עס איז געווען א פרוי קמחית, זי האט געהאט זיבן קינדער, "וְכֻלָּן שִׁמְּשׁוּ בִּכְּהוּנָה גְדוֹלָה", און זי האט זוכה געווען אז אלע זענען געווען כהנים גדולים. "אָמְרוּ לָהּ חֲכָמִים: מַה עָשִֹיתָ שֶׁזָּכִיתָ לְכַּךְ?" האבן די חכמים איר געפרעגט: וואס האסטו געטון אז דו האסט זוכה געווען צו דעם? "אָמְרָה לָהֶם: מִיָּמַי לֹא רָאוּ קוֹרוֹת בֵּיתִי קְלָעֵי שַׂעֲרִי", האט זי געזאגט פאר די חכמים: מיין גאנץ לעבן האב איך אכטונג געגעבן צו זיין גוט צוגעדעקט די קאפ, אז די האר זאל זיך נישט ארויסזען.


בנוגע פרעגן דעם דאקטער וכו'; דער עיקר דארף מען אכטונג געבן וועגן עין הרע נישט רעדן צו אנדערע, אפילו פאר עלטערן - וואס דער דאקטאר זאגט און נישט איינקויפן צוליב עין הרע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.