בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת שלח, כ"ה סיון, שנת תשע"ח לפ"ק
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי חשוב דו ביסט ביים אייבערשטן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד.): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים - שָׁם אֵין צַדִּיקִים גְּמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמֹד", א בעל תשובה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן; דערפאר, אז דו האסט אנגעהויבן היטן שבת קודש, וועט דיר דער אייבערשטער מוחל זיין אויף אלע דיינע עבירות וואס דו האסט עובר געווען, ווייל ווען מען היט שבת איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלע עבירות (שבת קיח:).
בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט קענען קומען לערנען אינעם הייליגן רבינ'ס ישיבה, וואס דאס איז באמת א 'ישיבה', אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): פארוואס רופט מען א ישיבה מיטן נאמען 'ישיבה'? "כְּשֶׁיֵּשׁ רַבִּי אֲמִתִּי עִם תַּלְמִידִים, עַל יְדֵי זֶה נִתְקַבֵּץ וְנִתְלַקֵּט חֶלְקֵי הָאֱמוּנָה", ווייל דער אמת'ער צדיק לערנט מיט זיינע תלמידים אמונה, ער לייגט איין אין זיי אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, "וְעַל כֵּן נִקְרָא לִמּוּד הָרַב עִם הַתַּלְמִידִים יְשִׁיבָה, עַל שֵׁם קִבּוּץ חֶלְקֵי הָאֱמוּנָה, כִּי הָרַב הוּא מַשְׁגִּיחַ עַל חֶלְקֵי הָאֱמוּנָה שֶׁל כָּל אֶחָד וְאֶחָד, וּלְהַעֲלוֹתָם", אזוי ווי עס שטייט (תהלים קא, ו): "עֵינַי בְּנֶאֱמְנֵי אֶרֶץ לָשֶׁבֶת עִמָּדִי" 'לָשֶׁבֶת עִמָּדִי' איז 'יְשִׁיבָה', עיין שם; זעט מען אז אויב עס איז דא א פלאץ וואו מען לערנט מיט תלמידים אמונה - דאס איז א ישיבה, אבער אז מען לערנט נישט קיין אמונה מיט די תלמידים איז דאס נישט קיין ישיבה. כאטשיג עס שטייט אויפגעשריבן אויפן בנין "ישיבה ..." אבער א ישיבה איז נאר וואו מען לייגט אריין אמונה אין די תלמידים.
דעריבער זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט קענען קומען לערנען ביים הייליגן רבינ'ס ישיבה; מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.
ביז דערווייל פרוביר זיך צו שטארקן מיט אלע כוחות; רעד נישט קיין ניבול פה חס ושלום און טשעפע נישט קיינעם אזוי וועסטו זיך איינקויפן א גוטע נאמען, און דו וועסט טרעפן דיין זיווג בקרוב.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.