בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת בא, ה' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן די בריוון וואס איר זענט מתרגם אויף ענגליש.
איך האב דאס געוויזן פאר אפאר מפיצים, זיי זאגן אלע זיי אז דאס איז הערליך געשריבן און זיי ווילן דאס פארשפרייטן פאר אלע וואס קענען נישט קיין אידיש, אז זיי זאלן אויך וויסן פון די שיינע זיסע עצות וואס דער רבי לערנט אונז.
דעריבער וויל איך אייך מחזק זיין איר זאלט ווייטער ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט, צו מזכה זיין אידישע קינדער צוריק צו קומען צום אייבערשטן.
מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט, אז ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדראהביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן איז אים רש"י הקדוש אנקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון דער צדיק רבי מיכל'ע זלאטשובער אז דא אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדראהביטש געענפערט: "ער לייגט אריין שטארקע כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע ווייטער געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י הקדוש נאך אלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדראהביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים"; ווייל ביים אייבערשטן איז זייער חשוב דער וואס ברענגט צוריק זיינע קינדער צו אים.
טראכט'ס אריין, אז א מענטש האט א קינד וואס איז צוקריגט מיט אים, דער קינד וויל נישט רעדן מיט אים און ער טוט נאר זאכן אנטקעגן אים, קומט איינער צו גיין און הייבט זיך אן פארען מיט דאס קינד, ער רעדט צו אים ער זאל צוריק גיין צו זיין טאטע, ער שיקט אים שיינע בריוון פון התחזקות אז זיין טאטע ווארט אויף אים, וועט דאך דער טאטע זיין אזוי דאנקבאר פאר דעם מענטש וואס ברענגט אים צוריק זיין קינד. און אמאל אז דער זון קען נישט ליינען די בריוו וואס ער באקומט, קומט א צווייטער און גיבט אוועק צייט עס איבער צו טייטשן אויף די שפראך וואס דער קינד פארשטייט, ווי דאנקבאר איז דער טאטע פאר אלע וואס באשעפטיגן זיך אז זיין זון זאל שוין צוריק קומען צו אים; ער איז מכיר טובה סיי פאר דער וואס שרייבט די בריוו, פאר דער וואס טייפט עס אויף, פאר דער וואס איז עס מתרגם, פאר דער וואס דרוקט עס און פאר דער וואס טראגט עס וכו' וכו'.
דאס איז די גרויסקייט פון אלע וואס טוען אין הפצה; זיי ווילן צוריק ברענגען אלע מענטשן צום אייבערשטן, און די מענטשן זענען זייער חשוב ביים אייבערשטן.
איך בין אייך זייער מכיר טובה פאר'ן זיין א טיטשער ביי אונז אין סקול; יעדע זאך וואס מען טוט פארן רבי'ן איז א זאך וואס בלייבט אויף אייביג, בפרט אז מען איז מחנך קינדער זיי זאלן זיך פירן מיט דרך ארץ און מידות טובות, איז דאס זייער חשוב ביים אייבערשטן.
לייגט אריין אין די מיידלעך דרך ארץ, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סה): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען דאס קינד דרך ארץ ווען ער איז נאך יונג; דאס איז די ארבעט פון א מחנך און מחנכת, אויסלערנען די קינדער זיי זאלן זיך פירן מיט דרך ארץ. קינדער דארפן וויסן אז א ווארט פונעם טיטשער איז א ווארט, און אויב מען פאלגט נישט איז מען נישט קיין 'בית פיגא תלמידה', ווייל דער רבי האט געזאגט: "איך קען יעדן איינעם העלפן, אויסער אן עזות פנים".
אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו נחת פון אייערער קינדער.
איך שרייב א בריוו פאר אייערע תלמידות; איר זאלט דאס מתרגם זיין אויף ענגליש און זיי דאס פארליינען.
אויך שיק איך אייך בריוו פאר די מיידלעך וואס פירן זיך ערוואקסן, איר זאלט זיי דאס איבערגעבן.