בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די איבערלעבענישן פון ראש השנה שנת תשפ"א
הפצה, שטעטל, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת האזינו א', כ"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב נישט געקענט רעדן מיט דיר, איך האב געדארפט ארויפגיין אויפ'ן פליגער; יעצט זיצנדיג אויפ'ן פליגער האב איך אפאר מינוט, וועל איך דיר שרייבן וואס עס גייט פאר.


פון ווען עס איז פארשפארט געווארן די גרעניץ אריינצוקומען קיין אוקריינא האב איך זיך מתבודד געווען וואו צו זיין ראש השנה, ביז דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די מחשבה צו זיין אין קרית ברסלב ליבערטי, אין א שטעטל וואו אלע לעבן און אטעמען דעם רבי'ן, א פלאץ וואו אלע - יעדער איינער באזונדער, מענער, פרויען, קינדער - אינגלעך, מיידלעך און בחורים - זענען עוסק אין הפצה, נישטא קיינער אין שטעטל וואס האט נישט א חלק אין הפצה, פארשפרייטן די זיסע געשמאקע עצות פון רבי'ן פאר די וועלט (איך וועל דיר נאך שרייבן אין א באזונדערע בריוו יעדע משפחה, מאן, ווייב און קינדער - וואס זיי טוען פאר הפצה).


ווייל דאס ווייסטו דאך אז דער רבי געפונט זיך נאר דארט וואו מען רעדט פון אים, וואו מען פאלגט אים; דאס האבן מיר געהערט אלע יארן אינאיינעם פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, דער רבי איז נאר אין א פלאץ וואו מען פאלגט אים. און טאקע דערפאר איז מוהרא"ש נישט געקומען קיין אומאן ווען די גרעניץ האט זיך געעפנט, אין די יארן תשמ"ט, תש"נ און תשנ"א, ווייל מוהרא"ש האט געוואלט דאווענען מיט אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש וואס פאלגן דעם רבי'ן און דעריבער איז מוהרא"ש נישט געקומען די פאר יאר, מוהרא"ש האט געמאכט דעם קיבוץ אין יבנאל "עיר ברסלב".


גלייב מיר טייערער ברודער, איך האב זיך אזויפיל מתבודד געווען אויף דעם פרט במשך די אלע וואכן פון ווען מען האט פארשפארט די גרעניץ, ווען מען האט מיר כסדר געזאגט אז עס איז דא א וועג אריין פאר מיר, 'זאל איך גיין? זאל איך בלייבן מיט אנשי שלומינו?' דאס האט זיך מיר געדרייט אין מיין מחשבה, 'יא פארן? נישט פארן?' מיר זענען געשטאנען און געווארט אפשר דאך וועט זיך עפענען די גרעניץ...


פארגעס נישט אז די וואכן צווישן זומער און ראש השנה זענען זייער וויכטיגע וואכן; מיר הייבן אן די יאר אין חדר און אין סקול. היינט האבן מיר שוין אין ניו יארק דריי תלמוד תורה'ס - אין וויליאמסבורג, אין ליבערטי און יעצט האבן מיר געעפנט א פרישע חדר אין קרית יואל; נאכדעם די מיידל סקול - אין שטאט און אין שטעטל, דאס אליינס צו פירן איז שוין גענוג און נאך אנצופולן די צייט; נאכדעם ליגט אויף מיר גאר אסאך, און אין די צייט האט זיך מיר א גאנצן צייט געפרעגט: 'פארסט אליינס? פארסט יא? בלייבסט?' אויך יעדע מינוט האט א צווייטער גערופן: 'זאל איך פארן? זאל איך זיך שווערצן? זאל איך טון אזוי? זאל איך טון אנדערש?'


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן דעם רבי'ן, מיר האבן רבי נתן און מוהרא"ש זכותם יגן עלינו וועלכע האבן אונז געגעבן אזא שיינע מתנה "התבודדות", דאס קלארט אויס דעם מענטש ער זאל וויסן וואס ער האט צוטון; א נס אז מיר האבן די תרופה, די מעדעצין, אן דעם מעדעצין וואלטן מיר געדארפט נעמען אנדערע מעדעצין וכו' צו בארואיגן דעם מח, צו פארענטפערן די ספיקות.


נעבעך די מענטשן וואס ווייסן נישט פון די מתנה פון "התבודדות"; זיי נעמען שארפע מעדעצין, דראגס רחמנא לצלן, דאס ברענט אויס די מח מחשבה ביז דאס הרג'עט זיי; וואלטן זיי געוואוסט אז די זיסע גרינגע היילונג, די זיסע גרינגע וועג ארויס פאר פראבלעמען איז "התבודדות" - זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן אלע ספיקות, אלע בלבולים, אלע מחשבות וכו' - וואלט מען דורכדעם געווארן א רואיגער באזעסענער מענטש.


נחזור לענינינו, אלץ איז מיר אריין געקומען די מחשבה 'בלייב די יאר מיט אנשי שלומינו, מאך דעם קיבוץ אין קרית ברסלב', ביז עס איז געווארן נענטער און נענטער צו ראש השנה, עס איז אלץ געקומען שמועות אז אט אט עפנט אוקריינא צוריק אירע גרעניצן, מען גייט קענען פארן און זיין אין אומאן; אויף דעם האבן מיר געווארט און געהאפט.


א' סליחות אינדערפרי האב איך באקומען א הודעה פון א תלמיד הישיבה וואס וואוינט היינט אין ארץ ישראל, ער איז שוין געקומען קיין אומאן פאר דריי וואכן צוריק בעפארן פארשפארן די גרעניץ, אז ער האט א וועג פאר מיר צו קומען, איך האב זיך נישט וואוסנדיג געמאכט און נישט געענטפערט זיין הודעה, נאכדעם האט ער מיר געשריבן "יש לי דרך להכניס את הראש ישיבה וכל הקהלה" - איך האב א וועג אריינצוברענגען דעם ראש ישיבה מיט די גאנצע קהלה; דאס האט מיר געמאכט איך זאל אים אויפהייבן דעם טעלאפאן, זיין בקשר מיט אים. און ער האט געזאגט נאכאמאל און נאכאמאל מיט א זיכערקייט "יא יא, עס איז דא א וועג", "אויב אזוי - זאג איך אים - גייען מיר אלע, אפילו עס איז א שווערע וועג, א דרך לא דרך, א וועג וואס איז נישט קיין גראדע לייכטע וועג וכו' וכו', אפילו עס קאסט שווערע געלטער, יעדער מענטש דארף באצאלן אפאר טויזנט דאלער אויסער די טיקעט, אבער אז דער רבי האט געהייסן קומען קיין אומאן ראש השנה - גייען מיר, אפילו עס איז שווער, אפילו עס איז מסירות נפש".


 איך בין ארויסגעפארן זונטאג נאכמיטאג 5:30 ווען דריי אזייגער האב איך נאכנישט געוואוסט אז איך פאר; מיט די גרעסטע מאס איילעניש בין איך געפארן קיין נוארק, א גאנצע וועג זענען מיר געווען בפחד אויב מיר וועלן מצליח זיין אריין צו קומען קיין אוקריינא.


אזוי ווי מיר זענען אריין געקומען קיין אוקריינא דורך אדעסא בין איך געווען פון איין זייט זייער פרייליך, א גאנצע וועג האבן מיר געזינגען "אומאן אומאן, ראש השנה", פון די אנדערע זייט האט מיר געוויינט מיין הארץ פארוואס מיינע קינדער, מיינע תלמידים - קענען נישט קומען.


איך האב זיך פארבינדן מיט דעם וואס האט מיר צוגעזאגט אז עס איז דא א וועג וכו', מען שיקט מיר צו דעם, צו יענעם - ביז אלע זאגן אז די וועג פון אדעסא האט זיך אויך פארמאכט, די אוקריינער זענען זייער ווילד, זיי זוכן צו כאפן דער וואס ברענגט אריין מענטשן צום רבינ'ס ראש השנה.


   מיר האבן זיך פארבינדן מיט דעם מענטש וואס האט אונז ערלעדיגט די וועג אריין, מיר האבן זיך געטראפן מיט אים; איך האב זיך געבעטן ביי אים ער זאל מיר געבן א וועג אריין, מיר האבן אויסגעארבעט א וועג פאר אלע תלמידים אריין צו קומען (יעצט קען איך נאכנישט שרייבן פרטים).


למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז אלעס איז געווען פארהאקט און פארקלאפט און אלע זענען געבליבן אינדרויסן. איך בין געווען ביים ציון און זייער אסאך געוויינט, איך האב זיך גוט אויסגעגאסן מיין הארץ און זיך אסאך מתבודד געווען, ביז עס איז מיר געבליבן איך זאל זיך צוריק קערן צום ערשטן פלאץ; זיין אין קרית ברסלב מיט אנשי שלומינו.


טייערער ..., איך בין זייער אויסגעמאטערט, איך וועל נאך רעדן מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל אננעמען די הונדערטער טויזנטער תפילות וואס מיר אנשי שלומינו האבן מתפלל געווען און אננעמען אונזער שלאפלאזע נעכט, אונזער גלות ליידן, אונזער מסירות נפש און אונזער ווילן און דאס לייגן אויפ'ן וואגשאל ווען מען גייט אונז דן זיין און דאס איז ווי מיר זענען אין אומאן.