בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת שופטים, ו' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
פייניג זיך נישט מיט די מחשבות וכו'; אז עס קומט דיר אריין צעדרייטע מחשבות - זאלסטו דאס איגנארירן און בעטן דעם אייבערשטן עס זאל נישט געשען, אבער נישט אריינגיין בטוען ונטען: 'עס וועט נישט געשען', 'עס וועט יא געשען'; ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן עב) די שלעכטע מחשבות, ווען מען מאכט זיך וויסנדיג דערפון - ווערן זיי נאר ערגער.
דאס וואס דו ליידסט יעצט מיט א נייע שלעכטע מחשבה, אפשר וועסטו ביינאכט, שלאפעדיגערהייט, ארויסגיין פון שטוב מיט די נאכט קליידער דרייוון וכו', און דו וועסט מאכן אן עקסידענט וכו' וכו'; לאז עס געשען, האב נישט מורא; זאג פאר דיין מחשבה: 'עס גייט מיך נישט אן צו דרייוון שלאפעדיגערהייט'; און אז דו פייניגסט זיך מיט א באבע מעשה פון לבנה קריכער, אז מען קען אינמיטן די נאכט ארויפקריכן צו די לבנה; זאלסטו זאגן פאר דיינע מחשבות: 'זאל עס געשען, איך האב נישט מורא'; אזוי וועסטו פטור ווערן פון דעם, בדוק ומנוסה. ווייל אויב מען הויבט אן זיך זאגן: 'עס וועט נישט געשען', דאן קומט א שטערקערע שלעכטע מחשבה.
און אז דיינע מחשבות הויבן אן פייניגן: 'אפשר קומט שוין משיח, איך האב מורא וואס גייט זיין' - זאלסטו גלייך בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, זאל עס שוין געשען, שיק שוין משיח; אידישע קינדער זענען אין א ביטערע גלות, א הסתרה שבתוך הסתרה, די אמונה איז אזוי באהאלטן, באווייז זיך שוין אויף די וועלט, לייז אונז שוין אויס".
מיר פארן יעצט אויף ראש השנה צום גרעסטן דאקטער; דער הייליגער רבי קען יעדן איינעם אויסהיילן. ביים רבי'ן, ראש השנה - באקומט מען א קלארע ריינע מח. ביים רבי'ן זאלסטו אסאך מתפלל זיין אויף א קלארע מח מיט ריינע מחשבות.
א כתיבה וחתימה טובה.