בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די אייגענע קינדער גייען א גאנג
חינוך הילדים, אומאן, טעלעפאן, אידישע שטוב, אינטערנעט, ווידיאו

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען טאר נישט האבן אין שטוב קיין שום זאך וואס מען קען קוקן אויף דעם ווידיאו, מאוויס, קליפס; צענדליגער שטיבער זענען שוין ליידער חרוב געווארן פון דעם וואס מען האט אריינגעברענגט אין שטוב א קאמפיוטער, טעבלעט, אייפאד, אייפעד וכו' וכו'; די אייגענע קינדער זענען געגאנגען א גאנג דורכדעם וואס די עלטערן האבן זיך געהאלטן קלוגער פון די רבנים.


מען טאר נישט האבן אין שטוב די כלים וואס זענען זיך מתחבר צום אינטערנעט, עס רייסט ארויס יעדעס ברעקל יראת שמים, עס קילט אפ די אמונה, עס איז גורם אז די גאנצע שטוב זאל צעפאלן ווערן, און צום סוף פאלט מען אראפ אין זייער א טיפע אפגרינד. איך בעט דיר זייער, מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, פאלג מיך, פאלג מוהרא"ש, פאלג די צדיקים, זיי נישט קיין אויבער חכם וואס דו וועסט דערנאך אליין דערלייגן, טראג ארויס פון דיין שטוב אלע כלים וואס מען קען מחבר זיין צום אינטערנעט, און וואס מען קען זען מאוויס; די כלים רייסן אויס יעדעס פינטעלע יראת שמים.


איך וועל דיר דערציילן, אז ווען מיר האבן געעפנט די חדר האבן מיר נישט געוואוסט די הארבקייט פון ווייזן פאר קינדער קליפס, אמאל האט דער מנהל געוויזן פאר די קינדער א קליפ, (נישט דער מנהל פון יעצט, דעמאלט איז געווען א בחור דער מנהל), פארוואס האט ער דאס געטון? ווייל מיר האבן נישט געהאט קיין פלאץ וואו צו שפילן, מען פלעגט גיין יעדע מיטאג אין גאס שפילן, און דעמאלט, יענע טאג - האט גערעגנט, און די קינדער האבן געטאנצן אויף דעם מנהל'ס קאפ, האט ער געטראכט ער וועט זיי ווייזן עפעס א קליפ, און מוהרא"ש האט זיך פון דעם דערוויסט, און מוהרא"ש האט אונז געשריבן א שארפע בריוו מיר זאלן אראפנעמען זיין נאמען פון די חדר, ער וויל נישט עס זאל שטיין מער אויף אונזער חדר "בנשיאות מוהרא"ש שליט"א", נאר אויב מיר נעמען זיך פאר אז מיר וועלן מער נישט ווייזן פאר קינדער קיין קליפס, נאר אזוי קען מען לאזן זיין נאמען, (פארשטייט זיך אז מיר האבן זיך דאס מקבל געווען און דער נאמען פון מוהרא"ש איז געבליבן).


מען טאר נישט ווייזן פאר קינדער קיין שום ווידיאו, מאווי, אדער קליפ; א קינד טאר נישט קוקן קיין שום זאך אויפן קאמפיוטער, טעלעפאן, אייפאד, אייפעד וכדומה, א קינד'ס מח פארנעמט גאר אנדערש ווען ער קוקט אויפן סקרין, ווי אן ערוואקסענער מענטש; אפילו כשר'ע זאכן, למשל פארשטעלונגען, אדער קליפס וואס היימישע ארגאניזאציעס שטעלן ארויס פאר צאמנעמען געלט; דאס אלעס איז גוט פאר ערוואקסענע מענטשן, אבער נישט פאר קינדער. זייער מח קען דאס נישט נעמען, זיי בלייבן פאר'מח'ט און פאר'חלומ'ט נאכן קוקן אויפן סקרין, און נאכדעם קומען זיי אין חדר אן א קאפ, די מלמדים זעען גלייך אויף א קינד צי ביי זיי אין שטוב איז דא א קאמפיוטער.


איך בעט דיר מאך נישט חוזק פון די גדרים וסייגים, ווייל די אלע וואס מאכן חוזק פון די רבנים וואס האבן דאס גע'אסר'ט, די מאכן חוזק פון זיך אליין; שלמה המלך זאגט (משלי ט, יב): "אִם חָכַמְתָּ חָכַמְתָּ לָּךְ, וְלַצְתָּ לְבַדְּךָ תִשָּׂא", אויב ביסטו קלוג - ביסטו קלוג פאר דיר, און אויב מאכסטו ליצנות, מאכסטו נאר פאר דיר אליין ליצנות; דאס זאלסטו גוט ארייננעמען אין דיין קאפ: "וואס מען טוט, טוט מען פאר זיך אליין; אז א מענטש פאלגט וואס צדיקים זאגן, וואס ערליכע אידן זאגן, טוט ער פאר קיינעם נישט קיין טובה, נאר פאר זיך אליין, ער וועט עסן פון די שכר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. און ווען א מענטש מאכט ליצנות פון די ווערטער פון א צדיק - מאכט ער פון זיך ליצנות, נישט פונעם צדיק".


מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, צו זיין ביים רבי'ן ראש השנה, אין זעקס און דרייסיג טעג פארן מיר קיין אומאן, איך פריי זיך אז מיר פארן מיט א טשארטער, אזוי וועלן די קינדער זיין אויפן וועג אפגעהיטן פון קוקן מאוויס. איך בעט אלע וואס פארן מיט גרופעס זאלן אכטונג געבן אויף די קינדער, און אויב דו זיצט אין ביזנעס קלאס - זאלסטו נישט לאזן דיינע קינדער אויף הפקר; אדער זאלסטו זיי מיט נעמען, אדער זאלסטו זיי לייגן נעבן אן ערליכער מענטש וואס וועט אכטונג געבן אויף זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.