בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו, י"א תשרי, מחרת יום הכיפורים, שנת תשפ"ו לפרט קטן
הבחור ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ווארף אוועק דיין טעלעפאן וואס מען קען אריינלייגן א נישט כשר'ע סים; האסט דאך אליין געזען וואס האט פאסירט וכו', ווי אין איין מינוט האסטו געטראסקעט אין די טיפסטע פלעצער רחמנא לצלן, איז וואס קלערסטע אפילו פון האלטן א טעלעפאן וואס מען קען אריינלייגן א נישט כשר'ע סים און דו וועסט חס וחלילה נאכאמאל קוקן עבירות רחמנא לצלן און זיך דארפן מוטשען השם ישמרינו...
ביסט געווען ביים רבי'ן אויף ראש השנה, האסט געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתוודה געווען, וועט דיך דער רבי זיכער מתקן זיין, אבער מהיום והלאה זאלסטו מער נישט האבן קיין שום כלי וואס מען קען זען אויף דעם ניאוף רחמנא לצלן.
מאך זיך א שיעור אין גורס זיין משניות; יעדן טאג זאלסטו זאגן פרקים משניות, דאס וועט דיך ארויס נעמען פון דיין בלאטע. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִלּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה, עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך' - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס. ווען רבי נתן האט געהערט דעם שיחה, האט ער געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי אים געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס"; אפילו א מענטש וואס ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא ליצלן, אויב דער מענטש וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד".
א גוט שבת.