בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אינגעלייט מיט שכל אינוועסטן אין בויען אידישקייט
צדקה, מוסדות, התבודדות, חינוך, אינוועסטן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


אברהם יצחק נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין נעכטן אין שטעטל ביי די מעמד קביעות מזוזות אויף די אויבערשטע שטאק: "קומת אייזנער", די שטאק וואס דו האסט מנדב געווען פאר די טייערע קינדער, זיי זאלן קענען לערנען און דאווענען.


איך האף דו האסט אויך הנאה געהאט צו זען פון די נאנט די ליכטיגע פנימ'ער פון די קינדער, ווי זיי פירן זיך מיט דרך ארץ און יראת שמים, זען פון די נאנט וואו די געלט גייט, די שיינע ליכטיגע שטאק, וואו די קינדער פארברענגען א גאנצן טאג מיט תורה און תפילה.


מיר האבן גערעדט ביי די מעמד קביעות מזוזות פון די אינגעלייט וואס זוכן צו כאפן מציאות, מען קויפט נאך א דירה און נאך א דירה, און מען מוטשעט זיך אפ מיט גוי'אישע טענענטס וואס צאלן נישט די רענט, און מיט די היינטיגע ניו יארק'ע ליבעראלע געזעצן, מען נעמט זיך אן פאר די טענענטס, און ביז מען קען זיי ארויס זען פון די דירות, און ביז מען טרעפט א צווייטע טענענט, איז עס נאך א ספק ספיקא; ווער זאגט דער טענענט וועט יא צאלן... מען איז פארנומען מיט יגיעות וטירחות און מען האט ביים סוף גארנישט; און דא איז דא אינגעלייט מיט שכל וואס דארפן נישט נאך אן אינוועסטמענט און נאך אן אינוועסטמענט, אנשטאט דעם אינוועסטן זיי אין בויען אידישקייט, זיי קויפן זיך זכותים לנצח נצחים, זיי קויפן זיך א כתה, אדער א קומה, אדער גאר א בנין וואס וועט בלייבן פאר אייביג; ווייל ווען מען העלפט אויפבויען חדרים, מוסדות התורה, ישיבות און כוללים, און בתי מדרשים – בלייבט דאס אויף אייביג און מען באקומט שכר אויף אייביג.


מאך זיך א סדר פארן ווינטער זמן, גיי שלאפן פרי, שטיי אויף פארטאגס, לערן דיינע שיעורים כסדרן, מקרא, משנה, גמרא, הלכה ועוד, גיי התבודדות, דאווען שחרית, און אזוי זאלסטו גיין אין אפיס, וועט די גאנצע טאג גיין גוט מיט הצלחה.