בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אכטונג געבן אויף די בחורים נישט צו גיין אין רעסטוראנט ביינאכט
חברים, חינוך הילדים, אידיש געלט, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"ז שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך וויל אייך אויפמערקזאם מאכן, איך הער אז אייער בחור זיצט אסאך אין רעסטאראנט ביינאכט, ער קויפט זיך טייערע סעודות.


איך ווייס נישט וואו די בחורים פארברענגען די נעכט; ווען ישיבה ענדיגט זיך גייען די בחורים אהיים, פון דעמאלט דארפן די עלטערן וויסן וואס זייער סדר הלילה איז.


מילא בחורים וואס קומען פון צעריסענע שטובער, צוטיילטע עלטערן - זיי האבן נישט וואו צו עסן, אבער אייער זון האט עלטערן, ער האט א שטוב - איז פארוואס זאל ער גיין מאכן סעודות נאכט נאך נאכט אין רעסטאראנט? עס איז נישט געזונט, נישט ברוחניות און אויך נישט בגשמיות; דאס ארויסגיין עסן איז א זאך וואס ווערט א געוואוינהייט, ער וועט דאס אדאפטירן אויף נאך זיין חתונה, ער וועט אלץ וועלן ארויסגיין מיט חברים, השם ישמרינו.


איך האף איר וועט אכטונג געבן אויף אייערע בחורים זיי זאלן אויסוואקסן בקדושה ובטהרה, זיי זאלן נישט האבן צוטון מיט לצים, זיי זאלן האבן שמירת עיניים.


איך דאנק דעם אייבערשטן וואס האט מיר געגעבן אזעלכע טייערע עלטערן, וואס האבן געהיטן אויף מיר ביז מיין חתונה; זיי האבן זיכער געמאכט איך זאל אלעס האבן אין שטוב, איך זאל נישט גיין אין קיין רעסטאראנט עסן, אפילו אין גראסערי האט מיר מיין מאמע נישט געשיקט; זי האט אלץ געשיקט די שוועסטערס אז אירע זון זאלן זיין אפגעהיטן.