בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אכטונג געבן די בתי מדרשים זאלן זיך פירן ריכטיג
התחזקות, הפצה, שלום, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


אברהם הערש נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


שטארק זיך מיטן משמש זיין דעם רבי'ן, דו טוסט אסאך שיינע זאכן פאר הפצה, די שיינע בלעטל וכו', אבער נאך מער איז די שיינע שטעטל, די הפצה וואס קומט ארויס פונעם שטעטל איז עולה על הכל, הונדערטער און טויזנטער מענטשן דרייען זיך אין שטעטל, און אלע זאגן פה אחד אז עס איז נישטא אזוינס ווי דעם רבינ'ס לייט, די איידלקייט און מידות ויראת שמים זעט מען נישט אין ערגעץ; בעט איך דיר זייער, שטארק זיך און זיי ממשיך, לאז נישט נאך פון די הייליגע ארבעט.


איך בעט דיר זייער, זע אז אין שול זאל נישט זיין קיין משונה קרן, מוהרא"ש זאגט "משונה קרן חצי נזק" (בבא קמא יד.); זע אז אלע זאלן קומען אין שול מיט דרך ארץ, מען זאל נישט שמועסן אין שול, עס איז א חוצפה אז מען רעדט אין שול ביים דאווענען; מען קען שמועסן אין פאליש, אויך זאלן אלע קומען אנגעטון מיט הוט און רעקל, נישט ווי מען גייט טשילן.


איך וויל דו זאלסט מאכן אן אסיפה מיט די גבאים פון בית המדרש ..., וואס מען זאל טון זומער מיט די שול אויב אלע מתפללים קומען צום גרויסן שול, אויב מען זאל דאס פארשפארן, ווייל עס קומען דארט שכנים וואס מאכן פארטיס; נישט פאר דעם האב איך געעפנט די שטעטל.


אויך זאלסטו זיצן מיט די גבאים פון בית המדרש ..., איך הער זאגן אז די תפילות בימי החול, מנחה מעריב – איז ווי א גן ילדים, זאלסט זען אויב עס איז וואר; אדער טוישט מען די וועג אדער שפאר אפ, איך דארף נישט אין שטעטל אזא זאך...


והעיקר זאלסטו נאר רעדן צו מענטשן נאכן זיך מתבודד זיין, למשל דו זעסט איינער קומט אין שול מיט זיין טעבלעט און שטייט ביים בימה וכו', זאלסטו זיך מתבודד זיין אז דו זאלסט אים קענען מעורר זיין מיט די ריכטיגע דבורים, ער זאל זיך נישט באליידיגן, און אויב עם כל זה וועט זיך יענער באליידיגן – וואס זאלן מיר טון? מען קען נישט לאזן א שול, א שטעטל, א חדר – בהפקירות.