בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
בנוגע נעמען קינדער אין מקוה וכו'; איך נעם מיינע קינדער מיט מיר ערב שבת אין מקוה. מוהרא"ש דערציילט, ער פלעגט גיין מיט זיין טאטע ערב שבת אין מקוה ווען ער איז נאך געווען גאר יונג. מיין טאטע שליט"א האט מיך אויך גענומען אין מקוה פון גאר יונג.
עס איז זיכער כדאי דו זאלסט נעמען דיינע קינדער אין מקוה ערב שבת, אזוי וועסטו זיי קענען מחנך זיין ווי אזוי זיך צו פירן בקדושה ובצניעות. זאלסט זיי אויסלערנען נישט צו רעדן אין מקוה, זאלסט זיי לערנען זיך צו פירן איידל; זיך אויסדרייען מיט'ן פנים צום וואנט, זיך צודעקן מיט'ן האנטוך ביזן מקוה, נישט קוקן אויף אנדערע וכו' וכו'; נאר מיט א גוטע חינוך וועלן זיי זיך פירן איידל און הייליג.
איך גיי מיט מיינע קינדער ערב שבת גאר פרי; גלייך נאך חצות ווען די מקוה איז נאך ליידיג - דעמאלט איז גרינג אין אלע וועגן. און ווען עס קומט אויס אז איך קען נישט גיין פרי - נעם איך זיי נישט יענע וואך אין מקוה; איך געב זייער אכטונג זיי זאלן אויסוואקסן איידל און הייליג.
ווען איך פאר שבת אין שטעטל אין קרית ברסלב, דארט האב איך א פראבלעם, דארט נעם איך נישט מיינע קינדער אין מקוה, ווייל לעת עתה איז דארט דא א קליינע מקוה, און דארט זענען אנשי שלומינו וואס קוקן מיך נאך און מאכן מיך נאך, זיי גייען אלע פרי אין מקוה. דעמאלט נעם איך מיינע קינדער אין מקוה אין שטאט איידער איך פאר ארויס; איך טו אלעס זיי זאלן זיין אפגעהיטן.
אז מען רעדט שוין פון מקוה דארף מען וויסן אז קינדער טארן נישט גיין אליין אין מקוה, אפילו בחורים טארן נישט זיין אליין אין מקוה, עס דארף זיין א מקוה איד וואס קוקט זיך אום עס זאל נישט פאסירן קיין שלעכטס, ווייל ליידער היינט זענען דא קראנקע מענטשן וואס לאקערן אויף קינדער און יונגע בחורים, דארף מען זייער אכטונג געבן עס זאל זיין שמירה אין יעדע מקוה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.