בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אכטונג געבן אין וועלכע סארט קאנטרי מ'פארט אויף זומער
חברים, היכל הקודש, קאנטרי, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-ב, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז בכלל די שאלה?! אודאי זאלסטו נעמען א באנגעלאו ביי אונז אין קעמפ פארן גאנצן זומער, דאס איז נישט קיין מותרות. ווי קען מען בלייבן זומער אין שטאט? די גוים גייען אנגעטון ווי די חיות, בעסער געזאגט אויסגעטון ווי די חיות און עס איז זייער שווער צו האבן שמירת עיניים, מען ווערט יעדן טאג פארברענט השם ישמרינו.


עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (רמ"א ביורה דעה סימן קנז, סעיף א) אז א מענטש איז מחויב אוועק צו געבן זיין גאנצע געלט נישט עובר צו זיין אן עבירה; בפרט אז מיר האבן א פינת יקרת, א ווינקעלע פון אמונה, א ווינקעלע פון יראת שמים און התחזקות וכו' וכו', זאלסטו זיכער קומען.


איך פארשטיי נישט בכלל דיין ספק; אודאי זאלסטו ארויס נעמען א באנגעלאו, די באנגעלאו איז טאקע נישט אזוי אהערגעשטעלט וכו', אבער שלמה המלך זאגט (משלי כא, יט): "טוֹב שֶׁבֶת בְּאֶרֶץ מִדְבָּר, מֵאֵשֶׁת מִדְיָנִים וָכָעַס", ענדערש זיצן אין מדבר וכו' ווי צו זיצן אין א פלאץ וואס ברענגט ווייטאג און כעס.


פארן אין סתם א קאנטרי וואו עס איז נישט דא קיין רב אדער ערליכער איד - איז שוין ענדערש בלייבן אין שטאט; אויף דעם איז געזאגט געווארן וואס רב משרשיא האט געזאגט פאר זיינע קינדער (הוריות יב.): "תִיבוּ אַקִּילְקְלֵי דְּמָתָא מְחַסְיָא, וְלֹא תִּיבוּ אַפַּדְנֵי דְּפוּמְפְּדִיתָא", ענדערש זאלט איר זיצן אין די מיסט פון די שטאט מתא מחסיא ווי צו וואוינען אין די פאלאצן פון פומבדיתא. ווייל אין די שטאט מתא מחסיא האבן געוואוינט ערליכע אידן, אבער אין פומבדיתא האבן געוואוינט נישט ערליכע אידן, האט ער געזאגט פאר זיינע קינדער זיי זאלן ענדערש זיצן אין די מיסט פון מתא מחסיא וכו'.


דאס איז ממש די זעלבע זאך; ענדערש בלייבן אין שטאט וואו עס איז ממש איין שטיק מיסט פלאץ השם ישמרינו, ווי צו גיין אין א קאנטרי וואו עס איז נישט דא קיין יראת שמים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ג, ב): "שְׁנַיִם שֶׁיּוֹשְׁבִין וְאֵין בֵּינֵיהֶן דִּבְרֵי תּוֹרָה, הֲרֵי זֶה מוֹשַׁב לֵצִים", אז צוויי מענטשן קומען זיך צוזאמען און מען רעדט נישט פונעם אייבערשטן, מען רעדט נישט ווי אן ערליכע איד דארף רעדן, איז דאס שוין א מושב לצים; אזוי אויך, אויב מען פארט אין א קאנטרי אן דעם אייבערשטן איז דאס א מושב לצים.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל דו זאלסט וויסן דאס חשיבות פון זיין מיט ערליכע אידן, בפרט תלמידי היכל הקודש וואס זיי זענען די באהאלטענע צדיקים פון אונזער דור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.