בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
וואויל איז דיר אז דו פארשפרייסט די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר'ן דור; חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן ווי אזוי מען קען לעבן מיט'ן אייבערשטן, ווי אזוי מען קען האבן א זיסע לעבן.
די אלע וואס גייען הפצה זענען זייער באליבט ביים אייבערשטן. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט: ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדרוביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווען איז אים רש"י הקדוש אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכל זלאטשובער, אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדרוביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע רבי יצחק געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדרוביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".
גיי נישט אריין מיט קיינעם אין קיין ויכוחים; דו טו דיינס, גיי הפצה; געב א ספר, א קונטרס וכדומה - און בעט צדקה.
רבי נתן האט געזאגט אפאר טעג פאר ער איז נסתלק געווארן: "אייער עובדא זאל זיין יפצו מעינותיך חוצה".
דאס וועט דיך מתקן זיין, דו וועסט פאררעכטן אלע פגמים. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", אז מען ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן איז מען מתקן אלע פגמים פון פגם הברית.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.