בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אמונה איז די איינציגסטע רפואה פאר שוואכקייט אין מח
פחדים, תפילות אויף אידיש, אמונה, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, י' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אמונה; אמונה איז די איינציגסטע רפואה פאר שוואכקייט אין מח.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיך כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צוצוקומען - איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס ליידן מחלות בלויז ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן נעבעך, זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלֹא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דעמאלט העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות און די איינציגסטער רפואה אויף דעם איז אמונה.


איך שיק אייך א קליינע תפילה וואס איר זאלט זאגן יעדן טאג:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל גֶעדֶענְקֶען אַז דוּ בִּיסְט מִיט מִיר אוּן אַלֶעס וָואס גֵייט אַרִיבֶּער אוֹיף מִיר קוּמְט פוּן דִיר. אִיךְ הָאבּ כְּסֵדֶר פְּחָדִים, אִיךְ וֶוער אַזוֹי אָנְגֶעצוֹיגְן פוּן יֶעדֶע זַאךְ; הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר, אִיךְ וִויל שְׁפִּירְן רוּאִיג, אִיךְ וִויל זַיין אַ רוּאִיגֶע מַאמֶע, אַ פְרֵיילִיכֶע פְרוֹי. מַיין מֹחַ דֶערְהֵייבְּט נִישְׁט צוּפִיל, עֶס אִיז מִיר אַזוֹי שְׁוֶוער, אִיךְ בִּין רוֹב צַייט נִישְׁט רוּאִיג.


בַּאשֶׁעפֶער זִיסֶער, טַאטֶע גֶעטְרֵייעֶר - מַאךְ אַ נֵס אוּן הֵייל מִיר אוֹיס; אִיךְ וִויל נִישְׁט גֵיין צוּ קַיין דָאקְטֶער, אִיךְ הָאבּ מוֹרָא פוּן דָאקְטוֹרִים, אִיךְ וִויל דוּ זָאלְסְט זַיין מַיין דָאקְטֶער כִּי אֵל מֶלֶךְ רוֹפֵא נֶאֱמָן וְרַחֲמָן אָתָּה. דוּ בִּיסְט דָאךְ דֶער בַּאגְלֵייבְּסְטֶער דָאקְטֶער, דוּ בִּיסְט דָאךְ פוּל מִיט רַחְמָנוּת.


בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי צַדִּיקִים וָואס הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, בִּזְכוּת רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגֶא אוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה מִבְּרֶסְלֶב זְכוּתָם יָגֵן עָלֵינוּ, אָמֵן סֶלָה".


בנוגע וכו'; נעמט עס ארויס וכו', האט נישט מורא. דער אייבערשטער וועט אייך געבן שטארקע נערוון, איר וועט קענען האבן קינדער און זיי ערציען בנקל ובנחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.