בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אמונה היילט אויס אלע גייסטישע קרענק
קינדער, חינוך הילדים, אמונה, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת האזינו, י"א תשרי, מחרת יום הכיפורים, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן די שמחה וואס האט מיך באנומען נאכדעם וואס איך האב געליינט אייער בריוו וואו איר שרייבט אז איר זענט שוין היינט געזונט און שטארק; עס גייט נישט אריבער א טאג וואס מענטשן זאלן זיך נישט אויסרעדן זייער לעבן, מענער פרויען פארציילן זייערע צרות און יסורים אבער נישט אלע קומען צוריק דערציילן ווי אזוי דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן. איר שרייבט מיר אז איר ווערט שוין נישט דערשראקן פון יעדע זאך, איר לעבט מיטן אייבערשטן און אלעס איז ביי אייך תפילה.


איר האט זיך אויסגעהיילט מיט אמונה פשוטו כמשמעו, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיך כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צוצוקומען איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות, און זיי ליידן פון דעם נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם. זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דאן העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטער רפואה אויף דעם איז אמונה.


ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה; ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער איז "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹך כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל", לעבט ער א רואיג לעבן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט פארפאסט א ניגון אויף די ווערטער ווען ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן; עס איז אים געווען זייער שווער אין אנהייב, ער האט מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, פון די חיות וכו', האט ער זיך אונטער געזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹך כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַך כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור, ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.


דערפאר אז איר שרייבט אז איר זענט ארויס געקראכן פון אייערע פחדים (ענקזייעטי און פאניק אטאקעס) נאר דורך פאלגן דעם הייליגן רבי'ן, זאלט איר זיך ווייטער שטארקן מיט אמונה און תפילה וועט איר ארויס גיין פון אלע שלעכטע מחשבות.


דאס וואס איר פרעגט אויב איר דארפט נאך זאגן ווייטער די תפילה וואס איך האב אייך געשריבן וכו'; דער עיקר צו וואס א מענטש דארף צוקומען איז צו רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי ער רעדט צו זיינס א חבר. אז איר קענט אליינס רעדן צום אייבערשטן איז דאס בעסער און שטערקער ווי צו זאגן די תפילה וואס איך האב אייך געשריבן; דאס האב איך נאר געשריבן אייך צו ווייזן ווי אזוי מען רעדט צום אייבערשטן, אבער אז איר שפירט שוין היינט אז איר קענט אליינס רעדן צום אייבערשטן זאלט איר זיך מאכן אייגענע תפילות און דאס בעטן.


אויף די צווייטע שאלה אז איר ווילט נאך קינדער וכו' און איר ווילט וויסן וואס איר דארפט טון פאר השתדלות; איר זאלט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף אייערע צוויי ליכטיגע קינדערלעך ... נרו יאיר און ... תחי'. א גאנצן טאג זאלן אייערע ליפן שעפשען א לויב צום אייבערשטן אויף די צוויי מתנות וואס דער אייבערשטער האט אייך געגעבן, דאס איז גענוג פאר השתדלות; אז איר וועט דאס טון וועט אייך דער אייבערשטער העלפן מיט (תהילים קכח, ג): "בָּנַיִךְ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֵךְ".


דריטע שאלה, ווי אזוי קען מען אנהאלטן א לייכטע אטמאספער אין שטוב ווען עס קומט ערב שבת און ערב יום טוב; נעמט די עצה וואס דער רבי זאגט, וואס ער אליינס פלעגט דאס טון יעדע ערב שבת און ערב יום טוב. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי, כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי, וְשֶׁל בָּנַי, וְהַתְּלוּיִים בִּי - עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ, וְזֶה טוֹב מְאֹד", איך פיר זיך אז יעדן טאג געב איך איבער דעם גאנצן טאג פארן אייבערשטן, און אלעס וואס איך דארף ערלעדיגן -  סיי פון מיר און סיי פון מיינע קינדער, אז דער אייבערשטער זאל טון ווי אזוי ער פארשטייט.


"וְכֵן כְּשֶׁמַּגִּיעַ שַׁבָּת אוֹ יוֹם טוֹב", אזוי אויך – זאגט דער רבי – ווען עס קומט שבת און יום טוב, "אֲזַי אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַהִתְנַהֲגוּת וְכָל הָעִנְיָנִים וְהַתְּנוּעוֹת שֶׁל אוֹתוֹ הַשַּׁבָּת אוֹ הַיּוֹם טוֹב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", געב איך זיך אינגאנצן איבער פארן אייבערשטן, "וַאֲזַי, אֵיךְ שֶׁמִּתְנַהֵג בְּאוֹתוֹ הַשַּׁבָּת וְיוֹם טוֹב, שׁוּב אֵינוֹ חוֹשֵׁב וְחוֹשֵׁשׁ כְּלָל שֶׁמָּא לֹא יָצָא יְדֵי חוֹבָה בְּהַנְהָגַת קְדֻשַּׁת אוֹתוֹ הַיּוֹם, מֵאַחַר שֶׁכְּבָר מָסַר הַכֹּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְסָמַךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ לְבַד". אזוי בין איך רואיג און פרייליך פונעם שבת און פונעם יום טוב, איך דארף נישט איבער טראכטן און איבער קלערן צי איך האב גוט געטון צי נישט.


דערפאר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר שבת און פאר עס קומט א יום טוב אז מען זאל זיין פרייליך, רואיג און צופרידן, און מען זאל נישט ווערן אנגעצויגן ווען זאכן גייען אנדערש ווי מען וויל.


פערטע שאלה, צי איר זאלט אנטון אייער מיידל מיט ווייסע שטרימפ לכבוד שבת ויום טוב, איר ווילט וויסן צי דאס איז א חיוב וכו'; עס איז נישט קיין חיוב אבער אז ביי אייך אין די משפחה און ביי אייך אין שטאט גייען אלע יונגע מיידלעך מיט ווייסע טייץ איז אודאי גוט איר זאלט אויך אנטון אייער מיידל אזוי; אויף דעם וואס איר שרייבט אז איר האט א שטארקע נסיון אויף דעם, וועט איר באקומען מער שכר, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא - אַגְרָא", לויט ווי שווער עס קומט אן א מצוה אלץ מער שכר באקומט מען דערויף. געדענקט וואס שלמה המלך זאגט (משלי לא, ל): "שֶׁקֶר הַחֵן וְהֶבֶל הַיֹּפִי", וואס איז אבער יא שיין? "אִשָּׁה יִרְאַת ה' הִיא תִתְהַלָּל", אז מען ציט אויף א חסידי'שע שטוב, מען איז מחנך די קינדער צו גיין אנגעטון לכבוד שבת מיט שבת'דיגע קליידער - דאס איז חשוב און שיין.


נאכאמאל, איר האט מיר ממש מחי' געווען מיט אייער בריוו; איך וועל דאווענען פאר אייך און פאר אייער מאן און קינדער.


א גוט יום טוב.