בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אנגעצויגנקייט ביי די ארבעט, איז נישט קיין תירוץ צו שרייען אויף די ווייב
תודה והודאה, שלום בית, רעדן, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' בהר, ט"ז אייר, ל"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט זיך דערמאנען די חסדים וואס דער אייבערשטער מאכט מיט דיר, די חסד חנם אז דו האסט חתונה געהאט. דערמאן זיך צוריק, ביסט געווען א שברי כלי, א בחור א רחמנות, האסט זיך געוואלגערט וכו'; יעצט האסטו באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, א טייערע פרוי.


דער הייליגער רבי דערציילט אונז (ספורי מעשיות, מעשה יג) די צוויי קינדער וואס זענען פארלוירן געווארן אין וואלד, נאך די חתונה האבן זיי זיך שטענדיג דערמאנט די חסדים פונעם אייבערשטן, ווי די בעטלערס זענען זיי געקומען העלפן; דאס לערנט אונז מיר זאלן נישט נעמען אונזער לעבן אז אזוי קומט עס, מיר זאלן שטענדיג דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


דו פרעגסט מיר טאג און נאכט וואס נאך דו קענסט מיר העלפן, מיט וואס נאך דו קענסט מיר גרינגער מאכן די ארבעט; אז דו ווילסט מיר גרינגער מאכן די ארבעט - זאלסטו פון היינט און ווייטער נאר רעדן שיין אין שטוב, נאר רעדן ווייך און איידל. דיין ווייב איז גאר אן איידעלע פרוי, זי ווערט דערשראקן ווען מען רעדט צו איר שנעל, הויך און שארף. איך ווייס אז דו ביסט א גוטער מענטש, דו מיינסט בכלל נישט קיין שלעכטס, דו רעדסט טאקע רוב מאל ווייך, שיין און איידל, נאר די פאר מאל וואס דו ווערסט איבערגעשטרענגט רעדסטו שנעל, הויך און שארף, זי ווערט פשוט דערשראקן דערפון, קען זיך נישט קאנצעטרירן וואס דו זאגסט, ווערסטו נאך מער אנגעצויגן, רעדסטו נאך שנעלער וכו' וכו'; זאלסט מיט אלע דיינע כוחות זיך קאנצעטרירן נאך רעדן ווייך, איידל און שיין, מיט דעם וועסטו מיר העלפן און גרינגער מאכן די ארבעט.


דאס איז נישט קיין תירוץ, צו זאגן 'עס איז דא צייטן ווען עס איז אנגעצויגן ביי די ארבעט, דארף מיין ווייב פארשטיין אז עס איז אנגעצויגן'; ווער דארף די ארבעט? ווער דארף די געשעפטן? ווער דארף געלט? נישטא אזא זאך רעדן שנעל, הויך און שארף.


מוהראש זכותו יגן עלינו דערציילט אונז, דער גרויסער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן האט אמאל געהערט ווי איינער רעדט הויך, ער שרייט צו זיין ווייב, האט דער צדיק אפיר גענומען דעם איד און די זייט און אים פארגעהאלטן: "אויף א ווייב שרייט מען?! צו א ווייב דארף מען רעדן פוטערדיג, ווייך, שטיל, איידל און שיין".


איך בין יעצט אויפ'ן וועג קיין מירון, איך וועל בעטן פאר דיר.